די פארטיידיגונג אפטיילונג פון ארגענטינע האט נעכטן געמאלדן, אז די “סאן כואן” סובמארין וואס איז פאראיאר פארלוירן געווארן, איז געפינען געווארן אינעם אטלאנטישן אקעאן, אין א טיפקייט פון 900 מעטער אונטערן וואסער.
א פריוואטער פירמע מיטן נאמען אושען אינפינעטי, וועלכער איז געדינגען געווארן דורך ארגענטינע, איז געווען דער וואס איז ארויפגעקומען אויף די שפורן פונעם סובמארין, נאכדעם וואס אינטענסיווע זיכערייען אין וואס עס האבן זיך אנגעשלאסן אזויפיל ווי 18 לענדער, און גארנישט אויפגעטון.
אויפן דעק פונעם ארגענטינישן מיליטערישן סובמארין האבן זיך געפינען 44 מאנשאפט וואס זענען דארט אומגעקומען.
דער געפינס איז געקומען בלויז צוויי טעג נאכדעם וואס פאמיליע מיטגלידער פון די פארלוירענע האבן אפגעצייכנט דעם ערשטן יארטאג צערעמאניע זינט דער סובמארין איז פארלוירן געווארן, נאכדעם וואס דער מאנשאפט האט געמאלדן אז וואסער פליסט אריין אין זייער סובמארין, און דאן האט זיך דער קאמיוניקאציע אפגעהאקט. דער סובמארין איז געפינען געווארן 430 קילאמעטער ווייט פון דאס ארט וואו מען האט דאס לעצטע מאל געהערט פון די מאנשאפט.
מאוריסיאו מעקרי דער פרעזינדעט פון ארגענטינע, וועלכער איז אנוועזנד געווען ביים צערעמאניע, האט פארשפראכן אז ער וועט נאכגיין און אויספארשן וואו דער סובמארין איז אהינגעקומען.
דערווייל איז נישט קלאר אויב מ’וועט קענען ארויסשלעפן די ברוכווארג פון וואסער. און אפילו אויב יא, האט לכאורה נישט ארגענטינע די פינאנציעלע מעגליכקייטן דורכצופירן אזא אפאראציע.