א פרישער מערכה האט פרעזידענט טראמפ אנטוויקלט, וואס האלט געשפאנט אמעריקענער באפעלקערונג, נאכדעם וואס ער האט שארף פארדאמט וויליאם מעקרעיווען, אן אדמיראל וואס איז געווען פון די אויסדערוועלטע אמעריקאנער קאמאנדא’ס “נעווי סיעל’ס”, און אנגעפירט די אקציע אין וואס מען האט אומגעברענגט דעם ארכי מערדער אסאמא בין לאדין, און טראמפ האט אים ‘באשולדיגט’ אז ער איז א קלינטאן שטיצער.
דאס איז געקומען אלס רעאקציע פון א שארפער פארדאמונג וואס מעקרעיווען האט געלאזט הערן קעגן פרעזידענט טראמפ, אז טראמפ’ס צוגאנג צו די מידיע איז די גרעסטע געפאר אויף דעמאקראטיע וואס ער האט נאר געזען אין זיין לעבן. דער אדמיראל האט שוין אין די פארגאנגענהייט געשריבן אן ארטיקל אינעם וואשינגטאן פאוסט, וואו ער האט שארף אראפגעריסן דעם פרעזידענט.
אין אן אינטערוויו אויף פאקס נייעס אגענטור האט מען געפרעגט דעם פרעזידענט וואס ער האט צו זאגן איבער די פארדאמונגען וואס דער ארויפגעקוקטער און מעדאלן-באצירטער אדמיראל מעקרעיווען לאזט זיך הערן קעגן אים אין די לעצטע צוויי יאר, און טראמפ האט געזאגט אז “ער איז א קלינטאן שטיצער, ער האט געשטיצט אין איר און אין אבאמא”. דאן האט ער צוגעלייגט סארקאסטיש אז “עס וואלט געקענט זיין אסאך בעסער אויב מען וואלט עלימינירט בין לאדין אביסל פריער, נישט אזוי?”?
דער אינטערוויוער האט געפרעגט טראמפ אויב ער וויל מיט דעם אלעם געבן די קרעדיט פאר דעם גענעראל פארן אפווישן בין לאדין פון מאפע, טראמפ האט זיך ארויסגעדרייט צו ענטפערן, נאר געזאגט אז “עס איז ריכטיג, אבער ער (בין לאדין) האט געוואוינט אין פאקיסטאן, די זעלבע לאנד וואס האט יערליך באקומען פון אונז 1.3 ביליאן דאלער. איך האב מבטל געווען די געלטער, עס איז גארנישט ווערד געווען ווייל זיי האבן אונז קיינמאל נישט געהאלפן”.
אדמיראל מעקרעיווען איז נישט שולדיג געבליבן, און געענטפערט דערויף ביי אן אינטערוויו אויף CNN אז ער האט קיינעם נישט געשטיצט דורכאויס די וואלן פון 2016, און באטאנט אז די פאליטישע מיינונגען האבן קיינמאל נישט געשפילט א ראלע דורכאויס זיין מיליטערישע קאריערע. “איך בין טאקע אן אבאמא שטיצער, פונקט ווי איך בין א שטיצער פון בוש דער זוהן”. האט ער געזאגט.
דאן האט ער געטשעפעט טראמפ, זאגנדיג אז “איך האב געארבעט פאר די צוויי פרעזידענטן, איך שעץ אלע פרעזידענטן פון אלע פארטייען וואס האבן אפגעהיטן אויף די רעספעקט פון זייער אמט, און געארבעט צו פאראייניגן דאס פאלק”.
דער אדמיראל האט ווידעראמאל קלארגעשטעלט אז ער האלט ווייטער זיין מיינונג, טראמפ’ס קאמף מיט די מידיע איז דער גרעסטער געפאר אויף דעמאקראטיע. “די סעקונדע וואס דו הייבסט אן צו אונטערהאקן די רעכטן פון די בירגער פאר א פרייע מידיע אז זיי זאלן קענען זאגן זייער אייגענע מיינונג – טוסטו דראאען אויף די אמעריקאנער קאנסטעטוציע און אלעס וואס זי פרעזענטירט”.