וואשינגטאן — א הויכראנגיקער רעטייערטער אמעריקאנער גענעראל, האט נעכטן אויפגעטרעטן אינעם סענאט, וואו ער האט דערציילט פארשידענע דעטאלן וויאזוי עס גייט צו א נוקלעארער מיסיל ארויסשיס, אויב דער פרעזידענט גיט ארויס אזא באפעל.
גענעראל ראבערט קעהלער איז גערופן געווארן אויפצוטרעטן פארנט פונעם סענאט אויסערן אנגעלעגנהייטן קאמיטע, וועלכע ווערט געפירט דורכ’ן רעפובליקאנער סענאטאר באב קאורקער, וואס דער ציל פון קאורקער מיט’ן פאררופן דעם פארהער איז געווען צו טשעפען פרעזידענט טראמפ, מיט וועמען ער האט זיך אין די לעצטערע וואכן עטליכע מאל ארומגעריסן, זינט’ן מעלדן אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג פאר זיין סענאט זיץ אין יאר 18′.
גענעראל קעהלער האט געזאגט אז טראץ וואס דער פרעזידענט האט טאקע אפיציעל דאס לעצטע ווארט ווען ער פארארדענט א נוקלעארע מיסיל ארויסשיס, זענען אבער פארהאן וועגן וויאזוי די גענעראלן קענען זיך קעגנשטעלן, און דאס איז אויב זיי זעען אז דער ארויסשיס וועט זיין אומלעגאל אדער וועט זיין ארויס פון פראפארציע.
קרעדיט: דער איד טעגליך