אידישע נייעס

אטעם פארכאפנד: באס דרייווער ראטעוועט א באס מיט קינדער מיט פארזיכטיגקייט

דאס אטעם בלייבט שטעקן הערנדיג איבער דעם באריכט, וועלכע דערציילט ווי אן אחריות’דיגער באס דרייווער האט געראטעוועט א באס פיל מיט קינדער פון ממש א קאטאסטראפאלער עקסידענט ה”י.

די רעדע איז איבער א 32 יעריגער באס דרייווער וואס פירט א חדר באס מיט קינדער אין לעיקוואד, וואס האט אינמיטן דריוון אהיים פון תלמוד תורה, געשפירט אז ער קען נישט געהעריג אטעמען.

אנשטאט צו פארן ווייטער – ווי א געווענליכער דרייווער טוט אין אזא פאל – האט ער זיך אפגעשטעלט אין א זייט, און גערופן באלד צו די 911 הילף צענטער. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווען דער טעלעפאון רוף איז געענטפערט געווארן ביי די דיספעטשינג פון 911, איז דער דרייווער געווען גאר שוואך, און ער איז געווארן אויסטערליש שוואך.

נישט קענענדיג רעדן, האט דער דרייווער איבערגעגעבן דעם סעלפאון פאר די קינדער אויפן באס. צוויי העלדישע צען יעריגע קינדער האבן זיך נישט פארלוירן, נאר באלד אנגעהויבן צו רעדן מיט די פאליציי, און זיי מסביר געווען גענוי וואו זיי געפינען זיך, און וואס עס גייט פאר מיטן דרייווער.

די פאליציי און מעדעצינישע הילף איז ביז געציילטע מינוטן אנגעקומען אויפן סצענע, און  האט מען געזען אז דער דרייווער האלט ביים שוועל פון פארלירן זיין באוואוסטזיין. מען האט אים באלד אפגעפירט אין שפיטאל, און בחסדי השם איז א גרויס עקסידענט פארמיטן געווארן, א דאנק דעם צייטליכן אפשטעל פון דעם דרייווער אין א זייט, און א דאנק די העלדישע און ערוואקסענע פירונג פון די קינדער.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.