אן אמעריקאנער טוריסט וועלכער האט זיך געפינען אויף וואקאציע אין די אנדאמאן אינזלען, איז געשאסן און אמגעברענגט געווארן דורך א פייל, געשאסן געווארן מיט א בויגן דורך א לאקאלער איזאלירטער שבט.
די שבט וועלכע געפינט זיך אויפן צפון סענטינאל אינזל, איז פון די לעצטע שבטים וועלכע לעבן נאך איזאלירט און אפגעזונדערט פון די איבעריגע מענטש, און זענען באוויסט מיט זייער ווילדע באנעמנג צו פרעמדע, אריינגערעכנט אטאקירן מיט א פייל-און-בויגן אזויווי זייערע אור זיידעס האבן געטון אינעם מיטל אלטער.
דער אינזל האט מען איבערגעלאזט פאר זייער אייגענטומערשאפט, און די אינדיאנער פאליציי האט נישט קיין שום ווארט דארט, פארקערט, די פאליציי באגרעניצט איינטריט צו יענעם אינזל, און א פרעמדער קען נישט אזוי גרינג אנקומען.
דער אוואנטוריסטישער טוריסט איז מיט די הילף פון אנדערע מענטשן אנגעקומען אויפן אינזל, וואו ער איז ערמארדעט געווארן דורך דעם שבט. די פאליציי האט ארעסטירט היינט זיבן פישערלייט וואס האבן געהאלפן דעם אומגעקומענעם אנצוקומען צו דעם שרעקעדיגן אינזל.
די קערפער פונעם טוריסט איז געטראפן געווארן אין וואסער דורך פישערלייט, און לויט פאטאלאגן איז ער געשאסן געווארן אום שבת.