ילדי ארגענעזאציע אין מאנטרעל איז באקאנט מיט זייערע גאר עלעגאנטע דינערס, ווי טויזענטער מאנטרעאלער אידן קומען צייגן שטיצע פאר די ספעציעלע קינדערלעך. אריינצוגיין אין זאל קאסט געלט און דעריבער ווערט צוגעשטעלטע א גאר אינטערסאנטע און רייכע פראגראם, מען רופט אראפ גרויסע מגידים, נגינה שטערנס און מוזיקאלישע טאלאנטן.
די דינער היי יאר איז ווי אלע יארן געקומען באגלייט מיט גאר שיינע מוזיקאלישע מאמענטן, ווען עס האבן אנטיילגענומען די נגינה שטערנס מרדכי בן דוד, מענדי הערשקאוויטש פון סאבאבא, און די מאנטרעאלע זמרה קווייער וואס האבן אנגעפירט מיט די הערליכע מוזיק פראגראם.
אט איז די ניגון רפאנו, הערליך אראפגעזינגען און אפגעכאפט.