א טייערער גלעזל וויסקי…
א קליין גלעזל, מיט גענוג פאר א שלינג, פון די אומגעעפנטע פלעשל “מעקאלון 1878” האט זיך פארקויפט פאר א פיר נומערדיגער סומע פון 10 טויזנט דאלער! אין א האטעל אין שווייץ, די פארלאפענער יולי, דאס מאכנדיג פאר די טייערסטע פרייז וואס איז נאר באצאלט געווארן פאר א גלעזל “סינגל מאל”ט,” וויסקי.
וויסקי עקספערטן האבן אנגעהויבן חושד זיין אין די ווירקליכקייט און אנגעבליכע ווערד וואס מען לייגט ארויף אויף די פלעשל, דערנאך וואס די נייעס איבער די געשעפט איז פארשפרייט געווארן, און עקספערטן האבן געבעטן פון סענדרא בערנעסקאני, די אייגנטומער פון די “וואלדהויז” האטעל אין סט-מאריץ דאס צו אויספארשן און געוואויר ווערן די היסטאריע פון די וויסקי פלעשל, וואס ער האט פארמאגט, אין אנגעבליכע ווערד פון 300,000 דאלער, צווישן די אנדערע געטראנקען אוצרות, אין זיינע האטעל קעלערן.
די גאר טייערע פלעשל איז געווארן אפגעשיקט צו ווערן אויספרובירט און אויסגעפארשט דורך מבינים אין די אקספארד אוניווערזיטעט, און די רעזולטאטן וואס זענען צוריקגעקומען זענען געווען שאקירנד. די פלעשל איז באשטאנען פון א סקאטש וואס איז כמעט גארנישט ווערד, געמאכט נישט פריער ווי 1970, א הונדערט יאר אינגער ווי עס האט אפציעל געהייסן.
די לעבל האט פארמאגט פול מיט גרייזן, די האלצערנע שטאפערס האבן אויסגעזען ניי, און די פלעשל איז געווען געמאכט פון מאדערנע גלאז.
די קרבן פון די שווינדל איז געווען כינעזער טוריסט זאנג וויי, 36 יאר אלט, וואס האט שוין ביים שרייבן די נייעס, צוריק באקומען די געלט.
דער האטעל אייגנטומער בערנעסקאני, איז אליינס געפלויגן קיין כינע צו צוריק אפצאלן די חוב, און אים איבערבעטן אויף די אינצידענט.
וואס איז די געשיכטע מיט די פלעשל?
די פלעשל איז געקויפט געווארן ארום 25 יאר צוריק דורך בערנעסקאני’ס פאטער ווען ער איז געווען דער מענעדזשער פון די האטעל, און עס איז נישט קלאר פון וואו די האטעל האט עס אפגעקויפט, אדער פון וועמען מען האט דאס אפגעקויפט.
שפעטער האט בערנעסקאני’ס פאטער אפגעקויפט און איבערגענומען די האטעל, אינאיינעם מיט די ווערדפולע געטראנק.
די גאר טייערע פרייז וואס איז באצאלט געווארן האט געהויבן אויגן ברעמען, און געפירט צו די אויספארשונג, און עווענטועלע רעזולטאטן, אז דאס איז פאלש.
אויף די לעבל, צוגעקלעבט, צו די גלאזערנע, טונקל קאלירטע פלעשל, איז געשטאנען אז דאס איז געווארן געסטילד אין יאר 1878 און געווארן מעטשורעד פאר 27 יאר.
אויספארשער האבן אויך נאכגעזוכט אין די וויסקי רעקארדס פאר די אנגעבליכע פירמע נאמען “מעקעלען און טאליסקאר דיסטילעריעס על-טי-די” און האבן דאס נישט געטראפן.
נאכן שיקן צו א לאבראטאריע האבן די רעזולטאטן געצייגט אז די געטראנק איז געווארן געמאכט פון 60% מאלט, און 40% גרעין.
בערנעסקאני האט ווי ערווענט איבערגעבעטן דער כינעזער ביזנעסמאן, און אזוי טיילווייז געראטעוועט די נאמען און רעפוטאציע פון זיין האטעל.