א העלישער פייער האט אויסגעבראכן אין א ווערהאוז, אין סאוט לאויס, ביי באָטאַניקאַל העיץ, גאס, אין וואס 80 פייער לעשער זענען געווען פארמישט צו באקעמפן די פלאמען.
די פייער האט אויסגעבראכן ארום 10:15 היינט אינדערפרי, אין די בעיסמענט פונעם ווערהויז, און האט זיך ביז מינוטן ארויפגעכאפט צו די אויבערשטע שטאקן פונעם בנין.
די רויעך איז געזען געווארן מיילן אוועק, און די פייער איז געזען געווארן אזויפיל ווי 64 בלאקס אוועק פונעם ווערהויז.
וואו א רעפארטער וואס איז
געווען אנוועזענד אויפן סצענע האט איבערגעגעבן, זענען צוויי פייער ארבייטער פארוואונדעט געווארן לייכט, אבער נישט ערנסט.
די אייגענטומער פון די פירמע, וואס האט אנגעפירט די וועירהויז און אירע אקטיוויטעטן, האט דערציילט אז די פירמע האט געליטן שווערע טויזענטער דאלארן אין שאדן אין רעזולטאַט פון די פייער, אריינגערעכנט גרויסע מאשינען און טעכנאָלאָגיע, וואס די פירמע האט געהאט אין באזיץ.
די פירמע האט זיך אריינגעצויגן צו דעם ווערהויז מיט צוויי יאר צוריק, נאכדעם וואס זי איז געווען ענג אין פלאץ.
“דאס איז געווען אונזער בעסטער יאר”, האט זיך דער אייגנטומער פון די פירמע אויסגעדריקט צו א רעפארטער, ווען די פירמע האט פארדינט גאר שיין און אריינגעברענגט שיינע פארדינסטן, אבער אצינד איז דאס איבערגעהאקט געווארן.