אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

מאן אין עלטער פון 34 אומגעקומען, ביים ווערן אראפגעקלאפט פון א ווילדע דרייווער

א מאן אין עלטער פון 34 יאר איז אומגעקומען, ווען ער איז געווארן אראפגעקלאפט היינט אינדערפרי דורך א דרייווער אין יוניאן סקווער, מאנהעטן.

דער מאן וואס איז געווארן אראפגעקלאפט, איז אידענטיפיצירט געווארן אלס עדרעין בלענק, פון די איסט פלעטבוש סעקשאן, און איז געשטארבן שפעטער נאכמיטאג.

אין א ווידעא וואס איז ארומגעפארן אויף סאושל מידיא, ווייזט וויאזוי א שווארצע קאר קלאפט אראפ עדרעין בלענק, אויף די אינטערסעקשאן פון איסט 14טע גאס ביי יוניאן סקווער.

עדרעין בלענק האט שפאצירט אויפן גאס ארום 1:00 אזייגער, און איז געווארן אראפגעקלאפט דורך א פארשוין מיט א שווארצע קאר.

מען האט אים שנעל אריינגעפירט אין שפיטאל, און ער איז געשטארבן שפעטער נאכמיטאג.

פאליציי זוכן נאך פאר דעם פארשוין וואס האט דאס געטון.

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.