צוויי אידישע פאליציאנטן קלאגן אן די פילעדעלפיע פאליציי פאר אנטיסעמיטיזם און אנטיסעמיטישע רעאקציעס וואס זיי האבן אריינגעכאפט דינענדיג אין דעם פאליציי סטאנציע.
צווישן די אנטיסעמיטישע אינצידענטן ציילט זיך אן אויסגעקריצטער האקנקרייץ אויף די פריוואטער שטיבל פון די פאלימיאנטן, א מגן דוד וואס איז אנגעפירקלט מיט שאנדע אויף די טיר פון א פאליציי קאר, און אזוי אויך א ליצנות וואס די פאליציאנטן האבן געמאכט אויף די חשבון פון יום כיפור, נאכדעם וואס די צוויי האבן פארלאנגט אורלויב פאר דעם הייליגסטן טאג פון יאר.
די צוויי אידישע פאליציאנטן וואס האבן אריינגעגעבן דעם פעדעראלן קלאגע פאר די קאנסול פאר ציווילע רעכטן, זענען שוין לאנגיעריגע פאליציאנטן, איינער פון זיי איז א פרוי מיטן נאמען סטעיסי גאנזאלעס וואס ארבעט דארט פאר פאר 21 יאר און דער צווייטער איז א רוסישער איד פאוועל ראזניק, וואס דינט שוין דארט פאר 12 יאר, און לויט זיי איז דער פאליציי קאמאנדיר דער וואס איז אן אנטיסעמיט און ראסיסט, וואס האט שוין פארשעמט צען פאליציאנטן פאר זייער רעליגיע אדער ראסע.
דער טשעירמאן פון די פאליציי פאראיין אין געגנט זאגט אז די צוויי האבן זיך קיינמאל נישט געוואנדן צו אים מיט זייערע טענות איידער זיי זענען געגאנגען אין געריכט. “זיי וואלטן געדארפט צו מיר קומען פון דאס ערשטע מינוט, איך וואלט זיי באלד באשיצט”.
אין איינע פון די קלאגעס אין געריכט פארציילט גאנזאלעס אז דער קאמאנדיר האט איר געפרעגט אמאל “פארוואס שיסט נישט אמעריקע א מיסל אויף מדינת ישראל, און פארניכטעט זיי נישט איינמאל פאר אלעמאל?”
נאכן איבערגעבן זיינע ווערטער פאר דעם קאמאנדיר’ס אויבערהארן, האט מען איר באשטראפט אז זי מוז בלייבן דארט רייניגן דעם פאליציי סטאנציע נאכן ענדיגן איר שיפט, און דער קאמאנדיר האט איר שטארק פארשעמט, פארן נעמען אורלויב אום יום כיפור.
באזונדער האט מען איר באשטראפט פארן בעטן אורלויב אויף ראש השנה, אין די צייט וואס אלע אנדערע אפיצירן נעמען זיך אורלויב אויף דעם קראצמעך חאגע.
דער צווייטער פאליציאנט פאוועל ראזניק, זאגט אז מען האט אים אויסגעלאכט פאר זיין רוסישע און אידישע אפשטאם, און נישט געגעבן קיין אורלויב אין די אידישע ימים טובים. לויט זיין עדות’שאפט האט מען אפגעשפעט פון זיין רוסישן אקצענט, און אים געזאגט אז מען וועט אים נאך איין טאג צוריק פארטרייבן קיין רוסלאנד.
די ווארטזאגער און פארשטייער פון די ארטיגע פאליציי האט נישט געוואלט רעאגירן צום קלאגע.