דער מדינת ישראל שפיאן יונתן פאלארד וואס איז באפרייט געווארן מיט געוויסע באגרעניצונגען נאכן זיצן אין טורמע דרייסיג יאר און באגנאדיגט ווערן, האט נישט באקומען אצינד קיין גענאדע נאכדעם וואס מדינת ישראל האט אפיציעל אריינגעגעבן א ביטע פאר די פאראייניגטע שטאטן אים צו ארויסלאזן צו זייער לאנד, נאכדעם וואס ער געפינט זיך אין א שווערע געזונט צושטאנד.
אונטער די טראמפ פרעזידענטשאפט האט מדינת ישראל געהאפט אז עס וועט זיין לייכטער צו באפרייען פאלארד קיין מדינת ישראל, נאכדעם וואס דער פרעזידענט גיבט נאך זייער אסאך פאר די מדינה, אבער אויך אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך עס דערווייל נישט אויסגעארבעט, און אמעריקע איז נישט מסכים אים אהיימצושיקן בשום אופן.
דאס קומט נאכדעם וואס מדינת ישראל האט פרובירט אויך דאס צו עררייכן דורך די ביוראקראטישע פראצעדורן, אריינגעבנדיג א פארלאנג צו די אמעריקאנער געריכט סיסטעם, אז פאלארד זאל געשיקט ווערן קיין מדינת ישראל אונטער ספעציעלע טערמינען, לויט אן אפמאך וואס ביידע לענדער וועלן זיך אונטערנעמען.
פאר עטליכע וואכן צוריק איז די ענטפער פון געריכט סיסטעם געקומען אז עס קען נישט קומען אין באטראכט צו ערפילן דעם פארלאנג, וויבאלד פאלארד האט געטון גאר א הארבע פארברעכן מיטן גנב’נען סודות פון די סי. איי. עי. און דאס ליפערן קיין מדינת ישראל.
באלד נאכן באפרייט ווערן האט שוין די סי. איי. עי. געזאגט אז פאלארד מוז בלייבן אונטער אבזערוואציע, נאכדעם וואס ער ווייסט פון פארשידענע שפיאנאזש טאקטיקן וועלכע ווערן נאך ביז היינט גענוצט סוקסעספול דורך די אגענטור, און דערפאר טאר ער בשום אופן זיך נישט דרייען פראנק און פריי אן קיין באגרעניצונגען.
ווי עס שיינט איז אמעריקע נאכאלץ נישט מוחל מדינת ישראל – וואס איז געווען א נאנטע און אליאירטע לאנד צו אמעריקע – פארן אריינשיקן א שפיאן פאר לאנגע יארן צו זייערע הויפטקווארטירן.