א באריכט דעקט אויף אז דער פירער פון כאמאס אין עזה איסמאעיל האניא, און דער פירער פונעם פאליטישן ביורא פון כאמאס יאכיא סינוואר, טוישן נישט אויס קיין ווארט צווישן זיך די לעצטע שטיק צייט, נאכן האבן אן ערנסטער פאליטישער מיינונג’ס דיפערענץ אנבאלאנגט די באהאנדלונג פון די מצב מיט מדינת ישראל.
די מיליטערישער פליגל פון כאמאס שטיצט מער ווייניגער סינוואר, וואס איז נייגעריג צו פארהאנדלען מיט מדינת ישראל, אין די צייט וואס די עלטערע פאליטיקאנטן שטיצן האניא, וועלכער האלט נישט ביים פארהאנדלען קיין ברעקל. כאלעד מישאל האט פרובירט אויסצוהאמערן עפעס א שלום צווישן די צוויי, אבער איז מיאוס דורכגעפאלן.
באאמטע אין כאמאס האבן באשטעטיגט אז דער ריס איז עפעס וואס כאמאס האט נאכנישט בייגעוואוינט, און דער פיינטשאפט צווישן די צוויי ווערט טיפער און ערנסטער מיט יעדן פארבייגייענדער טאג. דאס האט געברענגט אז אלע פראוון צו ברענגען א פייער אפשטעל מיט מדינת ישראל, האט זיך נישט אויסגעארבעט, וויבאלד אז איינער זאגט א’, מוז דער צווייטער שוין זאגן ב’…
דער “על אראביע כל דזשאדיד” צייטונג וואס ערשיינט אין ענגלאנד, באריכטעט אז די מיליטערישע פליגל פון כאמאס האלט אן א שטארקע אנוועזנהייט אין עזה, אלס שרעק אז מדינת ישראל וועט אויסנוצן דעם כאאטישן צושטאנד און עלימינירן אירע פירער, אין די צייט וואס די גרופע איז נישט פאראייניגט.