א פרישע אנטיסעמיטישער פאל איז פארגעקומען אין אמעריקע, דאסמאל דורכאויס א פלייט אינעם אמעריקאנעם “דעלטא” פליגער, נאכדעם וואס איינע פון די פאסאזשירן איז געווארן ווילד און אנגעהויבן צו דערשרעקן די רייזענדע.
דער אנטיסעמיט האט געשריגן מיט קולות “אלע אידן זאלן שוין אויפהייבן זייער הענט אין די הייעך” און געלאזט פאלן ווערטער אז ער האט באהאלטן באמבעס אינעם פליגער.
דער אנטיסעמיט, א 37 יעריגער פארשוין מיטן נאמען דעוויד טאוף, האט שוין פון די ערשטע מינוט אויסגעזען פארדעכטיגט, ווען ער האט זיך אויפגעפירט גאר מאדנע צו די פליה מאנשאפט, און זיי האבן איבערגעגעבן פאר די באאמטע אין אטלאנטע איבער דעם אינצידענט.
באלד ווען די פליגער האט געלאנדעט אין אטלאנטע, האט די פאליציי אראפגעהאלטן דעם פארברעכער וואס האט ווייטער געווילדעוועט און זיך נישט געלאזט ארעסטירן. אין ענדע האט זיך די פאליציי געשטארקט אויף אים און געפירט צום ארעסט.