טשיקאווע נייעס

ערשטע פירות פון שלום אין קארעא: זעקס געבוירענע הינטלעך

דער פרעזידענט פון דרום קארעא, מאן דזשעי אין, האט היינט פארעפנטליכט בילדער פון די ניי געבוירענע הונטעלעך וואס זענען געבוירן געווארן צום “שלום געשאנק”, א הינט וואס ער האט באקומען פון דעם דיקטאטור קים יאנג אן, פון צפון קארעא, דורכאויס די שלום געשפרעכן.

די צפון קארעאנער הינט האט געבוירן זעקס הינטלעך פאר צוויי וואכן צוריק, און היינט האט דער דרום קארעא פרעזידענט ארויסגעלייגט א בילד אויף די אפיציעלע טוויטער אקאונט פון “די בלויע הויז”, וואו דער פרעזידענט פון דרום וואוינט.

עס טוט זיך א מתנות געשיקעריי צווישן צפון און דרום. זינט די הינטעלעך זענען געבוירן געווארן, האט דרום קארעא געשיקט קיין פיאנגיענג מיליטערישע פליגער אנגעפילט מיט טענדזשערינס. אין די פארגאנגענהייט האט צפון געשיקט קיין דרום שוועמלעך וואס זענען געריסן געווארן פונעם ארט וואו די שלום געשפרעך איז פארגעקומען.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.