רוסלאנד האט פלענער ארויפצושיקן אסטראנאטן אויף א מיסיע אין די לבנה, פאר צוויי גאנצע וואכן, לויט די דער ספעיס-שיף דעזיינער פאר רוסלאנד, וואס איז געזאגט געווארן אין א רעדע ביי א צערעמאניע אפצוצייכענען 20 יאר פון די אינטערנאציאנאלע ספיס סטאנציע.
אויב וועט זיי קיינער נישט פעדערן, וועט דאס זיין דאס ערשטע מאל זינט 1969 וואס די פיס פון א מענטש באטרעט די באדן פון די לבנה.
דורכאויס א פרעסע קאנפערענץ האט דימיטרי ראגוואזין – דער דירעקטאר פון די רוסישע סטעיט קאאפאראציע פאר ספעיס אקטיוויטעטן – געזאגט, אז רוסלאנד איז ערנסט דערביי אנצוקומען ביז צום לבנה. “די אמעריקאנער זאגן שוין לאנגע יארן אז זיי האבן באטרויטן די לבנה, מיר וועלן דאס נאכגיין און אונטערזיכן צו עס איז ווירקליך אזוי”.
זיינע רייד זענען לכאורה אין באצוג צו די קאנספיראציע טעאריעס אז אמעריקע איז קיינמאל נישט אנגעקומען צו די לבנה, און אלע בילדער און נייעסן ארום דעם גרויסן לבנה-לאנדונג פון אמעריקע איז א פאבריצירטע און געפעלשטע געשיכטע.
דימיטרי ראגוואזין האט אויסגעפירט אז מאמענטאל זעט נישט אויס ווי נאך א לאנד איז אומשטאנד צו אויספירן אזא מיסיע אין די נאנטע תקופה.