א שרעקעדיגער אינצידענט האט פאסירט דעם שבת קודש אין לאס אנזשעלעס, ווען צוויי אידן וואס זענען געגאנגען דאווענען אין בית המדרש בית יהודה , האבן פארמיטן מיט א האר צו ווערן אראפגעקלאפט בייזוויליג דורך א קאר, געטריבן ווילדערהייט דורך אנטיסעמיטן אין זייער ריכטונג, שרייענדיג אנטיסעמיטישע לאוזונגען.
לויט ווי אן אנוועזענדער אויפן סצענע דערציילט, איז פלוצלינג א פארבייפארענדער קאר געקומען צו פליען ווילדערהייט צו זייער ריכטונג, מאכנדיג א שארפן יו-טוירן, און זיך גענומען שרייען ווילדע אנטיסעמיטישע רייד, און די צוויי אידן וואס האבן שפאצירט האבן ממש מיט ניסים זיך פארקירוועט און דער קאר האט זיי פארמיטן מיט א האר.
דער קאר איז ווייטער געפלויגן מיטן ווילדן גאלאפ, און האט אריינגעקראכט אין אנדערע קארס אפאר גאסן ווייטער, אנמאכנדיג אן ערנסטער עקסידענט.
דער דרייווער פונעם קאר האט אויסגעזען ווי א מיטל מזרח אפשטאמיגער, און עס איז געפינען געווארן אין זיין קאר א קוראן. ווי די פאליציי באריכטעט האט דער אנטיסעמיט ווייטער געשריגן קעגן אידן נאכן עקסידענט.
מיט קייטן איז דער אנטיסעמיט אוועקגעפירט געווארן פון ארט, וואו ער איז אויסגעפארשט געווארן פאר האסן פארברעכן און קרימינאלע פארלעצונגען.
צוליב דעם אינצידענט האט די לאס אנזשעלעס פאליציי פארשטערקערט די וואך און פאליצייאישע אנוועזנהייט אין אידישע געגנטער און צענטערן.