טויזנטער פראנצויזן זענען ארויסגעקומען דעם שבת פראטעסטירן אין פאריז, אנפילנדיג דעם שאנז אליזא גאס, וואו זיי האבן פראטעסטירט קעגן דעם וואס פרעזידענט מאקרון האט געהויבן די פרייזן פון גאז צום קומענדיגן יאר.
לויט די פראטעסטירער האט פרעזידענט מאקרון א עקענאמישער פאליטישער אגענדע וועלכע טוט אונטערהאקן די אינטערעסן פון זיינע בירגער.
די פראטעסטן ציעהן זיך שוין פאר צוויי וואכן, און עס ווערט ווילדער און ווילדער. די פאליציי פרובירט צו פארשפרייטן די פראטעסטירער, און דעם שבת האבן זיי זיך שוין געדארפט באנוצן מיט טרערן גאז און מיט וואסער שפריצער, אז מען זאל זיי נישט שעדיגן.
אין די נעכטיגע פראטעסטן האבן אנטייל גענומען ארום 300,000 מענטשן וועלכע האבן אפגעשטעלט פילע וויכטיגע שאסייען איבער פראנקרייך און דער פארקער איז געווען פאראליזירט פאר לאנגע שעות.
די פירער פון די פראטעסטן האבן באשלאסן אז וויבאלד די גאז פרייזן וועלכע העכערן זיך טוט שעדיגן די וועלכע דרייוון, דערפאר האט מען געבעטן אז די אלע דרייווער זאלן ארויסקומען מיט געלע וועסטלעך, וואס זיי דארפן האבן לויטן געזעץ אין קאר אין פאל פון אן עמערדזשענסי.
דורכאויס דעם פראטעסט האבן די צעווילדעוועט פראטעסטירער געשריגן איינמאל און נאכאמאל צו זייער פרעזידענט מאקרון: “דו גנב, רעזיגניר און טראג דיך אפ אהיים”