לאנדאן – פאליציי אין לאנדאן, ענגלאנד האבן נעכטן געמאלדן אז די ענדגילטיגע צאל פאטאליטעטן פונעם גרענפעל טורעם פייער, וועלכע האט פאסירט מיט פינף מאנאטן צוריק, איז 71, נאכדעם וואס זיי האבן אפיציעל געענדיגט נעכטן די זוכענישן און פארשונגען אין דער גאנצער געביידע און די פרואוון צו אידענטיפיצירן אלע אומגעקומענע.
דאס פייער האט אויסגעבראכן אינמיטן דער נאכט אין דער 24 שטאקיגער אפארטמענט געביידע, און אריגינעל האבן די פייער באאמטע געהאט געזאגט אז מער ווי אכציג זענען אומגעקומען, אבער אצינד נאכ’ן ענדיגן זייערע אויספארשונגען, האבן זיי גענידערט דעם ציפער.
דערווייל גייען ווייטער אן די אויספארשונגען איבער וואס עס האט געברענגט אז דאס פייער זאל זיך אזוי שנעל פארשפרייטן און ווער עס איז פאראנטווארטליך דערויף – וואס די אויספארשער האבן שוין געפונען אז ס’האט זיך פארשפרייט שנעל צוליב די “סיידינג” מאטעריאל אויף די דרויסנדיגע ווענט, וואס איז געווען געמאכט פון אלטע אומזיכערע מאטעריאל, אבער די אויספארשונגען זענען ווייט פון פארטיג.
קרעדיט: דער איד טעגליך