נאכדעם וואס דער פליגער איז ווייטער געפלויגן 46 קילאמעטער נאף דעם ארט וואו ער האט געדארפט לאנדן אין קינג איילענד אין אוסטראליע, שטעלט זיך ארויס אז דער פילאט האט נישט געהאט קיין בייזוויליגע פלענער, ער איז פשוט איינגעשלאפן אין זיין קאבינע…
דאס האט פאסירט מיט א פלייט וואס איז געפלויגן א לאקאלער רייזע פארלאפענעם נאוועמבער דער 8’ער פון דעם אוסטראלישן אינזל טעזמיניע, צו קינג איילענד.
אריגינעל האט דער פליגער געזאלט לאנדן אין קינג איילענד, אבער די מאנשאפט אינעם קאנטראל טורעם האט נישט געהערט פון אים גארניש, און ער איז ווייטער געפלויגן אנשטאט אויסצופאלגן די באפעלן צו זיין ריכטונג.
צום מזל איז דער פליגער געווען אנגעשטעלט אויף די “אויטאמאטישער פילאט” סיסטעם וואס האט געברענגט אז דער פליגער זאל זיך האלטן סטאביל.
קיינער האט נישט אויפגעוועקט דעם פילאט, נאכדעם וואס ער האט נישט געהאט קיין פאסאזשירן מיט זיך, ער איז געפארן איינער אליינס אויפן וועג, און פיין געשלאפן…
אין ענדע האט ער זיך דערוועקט און געלאנדעט, וואו די פאליציי האט אים אפגעווארט און אוועקגעפירט פאר אויספארשונגען.