דער לעגענדארער מעקסיקאנער דראג דילער און מאפיאנער על טשאפא גוזמאן, וועלכע האלט אינמיטן א געריכטליכער פראצעדור אין ניו יארק, האט זיך באנוצט מיט ספעציעלע קאוד’ס צו שמוגלען טויזנטער קילאגראמען פון די קאוקעין דראגס קיין אמעריקע, און איז אויפגעדעקט געווארן היינט פאר די וועלט נאכדעם וואס מיגאל אנכאל מארטינעז – איינער פון די געוועזענע גרעסטע קרימינאלן אינעם דראג באנדע – האט דערציילט היינט אין געריכט .
לויט די דאקומענטן האט על טשאפא פארלאנגט פון זיינע ארבייטער צו ארגאניזירן “פייערונגען” ביינאכט, וואו ער וויל דארט איינלאדענען פליגער אנגעלאדענט מיט דראגס, וואס וועלן פארן פון קאלאמביע קיין מעקסיקא.
על טשאפא האט גערעדט ביי זיינע שמועסן איבער “העמעדער” – וואס איז ווי עס ווייזט זיך ארויס די קאוד פאר קאוקעין דראגס, און געבעטן אז “מיידלעך” זאלן עס ברענגען – מאכט נישט קיין טעות, די קאוד פון מיידלעך האט באדייט פליגערס… באזונדער האט ער גערעדט פון “וויין” וואס איז דעשיפרירט געווארן אלס גאזעלין, און “דאקומענטן” דער קאוד פאר קעש.
“פאר יעדע זאך האבן מיר פארמאגט א קאוד” האט דער עדות דערציילט פאר די פעדעראלע ריכטער. “מיסטער גוזמאן האט מיר אייביג געזאגט צו זיין זייער געווארנט, כדי די אמעריקאנער רעגירונג זאל נישט וויסן איבער אונזערע געשעפטן, נאכדעם וואס ער האט געהאט א פארדאכט אז מען הערט אונטער זיינע טעלעפאנישע געשפרעכן”.
“די קאלאמביער האבן מיר גערופן ‘מי פאפא’ און נישט ביי מיין עכטע נאמען”, זאגט דער עדות, באטאנענדיג אז אפילו נעמען פון מענטשן זענען געגאנגען מיט קאוד’ס.
מיגאל אנכאל מארטינעז האט אנגעהויבן ארבעטן פאר על טשאפא גוזמאן אלס א פילאט, בעפאר ער איז געווארן דער מענעדזשער אין די דראג באנדע, און אנגעהויבן ארגאניזירן די גרינדונג פון אפיסעס אין מעקסיקא סיטי אונטער פארשידענע נעמען, צווישן זיי “קאהלי”, “באגאן” און “צפון וואהלי”, די אפיסעס האבן געזאלט הייסן אז דאס זענען אפיסעס פון אדוואקאטן, אבער דאס איז אלעס געווען א שלייער, און דורך די אזויגערופענע ביזנעסער האבן זיי געשמוגלט די דראגס פון די קארטעלן אין קאלאמביע.
דער עדות פארציילט ווייטער: “ווען א מיסיע איז אדורך האבן מיר דאס געמאלדן מיטן קאוד “פעש, פעש, פעש”. מארטינעז זעלבסט איז גערופן געווארן אינעם גרופע “על גארדא” וואס מיינט “דער פעשער”, אדער “על טאלש” – דאס איז א געוויסער מעקסיקאנער מוזיקאלישער בעיס-אינסטרומענט.
על טשאפא און על גארדא זענען געווען אזוי נאנט, ממש ווי ברודער. ווי ער דערציילט האט ער איינמאל שטארק דערפרייט על טשאפא, מיטן מעלדן אז עס קומט פאר א “גאר גרויסע פייערונג”, ווען 10 פליגער’ס זענען אנגעקומען, אנגעפאקט מיט סחורה.
די קלאגעס זאגן אז פאר 25 יאר האט על טשאפא געגעבן כאבאר פאר די פאריגע 2 מעקסיקאנער פרעזידענטן, א זאך וואס ביידע האבן קאטאגאריש אפגעלייקנט. לויט על טשאפא האבן זיי געהאט געוויסע “וועגענער”, וואס איז א קאוד פאר פאליציי סטאנציעס וועלכע זענען געווען אונטערגעקויפט דורך די דראג באנדע, און האט קאלאבארירט מיט זיי. באזונדער האבן זיי געהאט ארבייטער אין די קאנטראל טורעמעס וואס האבן זיי געהאלפן צו לאנדן די פליגער’ס מיט די סחורה ווייט אוועק פון די ראדארן, און דאן האבן זיי זיך פארקירוועט פון דעם דרך המלך, צו אן ארט וואו די סחורה איז אראפגעלאדענט געווארן.
לויט די עדות’שאפט פון מארטינעז היינט אין געריכט, האט על טשאפא ערהאלטן יעדע 20 טאג א פרישע פליגער פון 800 קילאגראם אנגעפילט מיט די קאקעין דראגס צו ליפערן. ער פלעגט זאגן א דאטום ווען די “מיידלעך מיט העמדער” זאלן קומען, און דער מענעדזשער האט שוין איבערגעגעבן דעם דאטום, און וויפיל “דאקומענטן” מען דארף צו באצאלן, פאר די קאלאמביער קארטעלן.
נאכן טראנספארטירן מיט פליגערס די דראג’ס פאר א לענגערע וויילע, האט על טשאפא באקומען א ווארענונג פון זיינע אונטערגעקויפטע לייט אינעם לופטפעלד אז אמעריקע האט אריינגעשטופט די נאז, און הייבן אן נאכצוקוקן די אקטיוויטעטן. דאן האט מען באשלאסן צו טוישן סטראטעגיע, און אנהייבן שמוגלען די דראגס דורך די ברעגעס פונעם ים.
עס האבן אנגעהויבן קומען שיפן פון מעקסיקא וואס האבן מקבל פנים געווען די שיפן מיט סחורה וואס זענען געקומען פון קאלאמביע אנגעפילט מיט סחורה, זיי האבן זיך געטראפן אין אינטערנאציאנאלע וואסערן, וואו מען האט אריבערגעפירט די דראגס צו על טשאפא’ס שיפן.
על טשאפא האט אפגעקויפט א געגנט ביים וואסער, און אהין זענען אנגעקומען זיינע מענטשן מיט קלענערע גומי שיפלעך, וואו זיי האבן גענומען די סחורה פון די שיפן. אין יעדע שיף איז געווען צווישן 800 ביז 1000 קילאגראם פון די קאקעין, עס איז פון די שיפן אריין אין קאר’ס, וואס האבן עס געשמוגלט פון דארט ביז צו אמעריקע.
לויט די קלאגעס האט על טשאפא פארדינט מער פון 19 ביליאן דאלער פון די קאקעין דראגס שמוגלעריי קיין אמעריקע, ביז ווען ער איז ארעסטירט געווארן צום ערשטן מאל אין 1993. ער איז צוויי מאל אנטלאפן פון טורמע, און אצינד איז ער אונטער די אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם, וואו ער לייקנט אז ער האט געפירט סיי וועלכע דראג אדער שמוגלעריי באנדע…
ווי די אדוואקאטן פון על טשאפא זאגן איז ער בכלל נישט דער פירער פון די דראג און מאפיא באנדע, און די אמעריקאנער עדותשאפט זענען צווייפלהאפטיג, נאכדעם וואס זיי פארמאגן א קרימינאלע היסטאריע און זיי זוכן זיך א וועג צו באפרייען פון טורמע, דורכ’ן פאבריצירן געשיכטעס אויף על טשאפא…
די וועלט האלט מיט געשפאנט, און הערט אביסל מער איבער דאס לעבן אין די פינסטערע קארידארן און הינטער-געסלעך, אין די צייט וואס דער געריכט פראצעדור גייט ווייטער אן…