אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די אנגעצויגנקייט צווישן רוסלאנד און אוקריינע, איז דער רוסישער פרעזידענט וולאדימיר פוטין ארויסגעקומען און באשולדיגט דעם אוקריינישן פרעזידענט פעטרא פאראשענקאו, אז ער האט גאר אויספלאנירט די גאנצע פראוואקאציע אין די רוסישע וואסערן, שטעלנדיג אין געפאר זיינע אייגענע סאלדאטן, וויבאלד ער וויל ווערן פאפולער אין זיין לאנד, און זיך אהערשטעלן אלס העלד פאר זיין פאלק, אין בעפארברייטונג צו די פרעזידענטליכע וואלן אין אוקריינע, וואס וועלן פארקומען קומענדיגן מערץ.
דורכאויס א רעדע אין א עקאנאמישער צוזאמענקום אין מאסקאווע, האט פוטין די ערשטע מאל גערעדט איבער די אנגעצויגנקייט צווישן רוסלאנד און אוקריינע, וואו ער האט געזאגט אז “דאז איז קלאר געווען א פראוואקאציע, וואס איז ארגאניזירט געווארן דורך פאראשענקא, וואס שטייט אלס דער נומער פינף אין די אנקעטעס, און ער מוז עפעס טון דערצו. ער האט געדארפט באשאפן א תירוץ צו קענען דורכפירן מיליטערישע באוועגונגען”.
דאס איז געווען א רעאקציע צו דאס וואס פאראשענקא האט נעכטן געווארנט רוסלאנד אז זיי זאלן זיך ‘נישט דערוואגן אנצוהייבן מיט אוקריינע’, דורכאויס אן אינטערוויו פאר NBC די אגענטור. “מיר וועלן קעמפן אויף אונזער פרייהייט, מיר וועלן קעמפן אויף אונזער טעריטאריע” האט זיך פאראשענקא געאייסערט. “די רוסן וועלן צאלן א טייערע פרייז אויב וועלן זיי אונז אטאקירן”.
ווי שוין באריכטעט אויף אידישער ווינקל, האט א פרישער ווינט פון מלחמה אנגעהויבן בלאזן צווישן רוסלאנד אין אקריינע, נאכדעם וואס א רוסישער קריגס-שיף האט געעפנט פייער קעגן אן אוקריינישער מיליטערישער שיף, וועלכע האט פרובירט אריבערצופארן אין וואסערן נאנט צום קריימיע האלב אינזל, וואס רוסלאנד האט אקופירט אין יאר 2014 פון אוקריינע, און דאס איינגענומען אלס א טייל פון רוסישע טעריטאריע. אביסל שפעטער זענען די רוסן געווארן נאך ווילדער, און האבן אטאקירט פרישע צוויי אוקריינישע שיפן, נעמענדיג די מאטראזן אין געפענגעניש.
פרעזידענט פעטרא פארשענקא פון אוקריינע האט באלד פארלאנגט פון רוסלאנד אז זיי זאלן זאפארט באפרייען די אומשולדיגע מאטראזן, זאגנדיג אז די ברוטאלע אקטן וואס רוסלאנד פירט אדורך קעגן די אוקריינישע פלאטע איז עפעס וואס פארלעצט די אינטערנאציאנאלע געזעצן, און אויסגערופן אז זיי גרייטן זיך מיט שטארקע קרעפטן זיך צו פארטיידיגן. און באזונדער אפעלירט צו די מערב וועלט אז זיי זאלן “אננעמען אלע מיטלען און טון די נויטיגע שריט אפצושרעקן די אגרעסיעס פון רוסלאנד, מיט פרישע און פעסטע סאנקציעס”.
רוסלאנד האט געאורטיילט אין געריכט אז 15 מאטראזן וואס זיי האבן געהאט אונטער ארעסט וועלן זיצן אין טורמע פאר צוויי מאנאטן, און אנדערע 9 ערווארטן אויך צו באקומען ענליכע שטראפן, אנגעבליך פארן נישט אויספאלגן די באפעלן פון די רוסישע שיפן.
צו פארגרעסערן די מצב, האט רוסלאנד ארויסגעגעבן א רעקארדירונג וואו דריי אוקריינישע מאטראזן “זענען מודה” אז זיי זענען אריינגעדרינגען אין רוסישע טעריטאריע, אן צו באקומען קיין ערלויבעניש. עקספערטן האבן באלד פעסטגעשטעלט פון די וועג וויאזוי די מאטראזן רעדן, אז זיי זענען אונטער א שרעק און גרויסע דרוק, און ווארשיינליך זענען זיי געצווינגען געווען צו רעדן פאר די קאמערעס.
אין די זעלבע צייט האט אוקריינע געהעכערט די זיכערהייט אלערט און אנגעגרייט די סאלדאטן פאר די קומענדיגע דרייסיג טאג, אין פאל עפעס ערנסט אנטוויקלט זיך, אז מען זאל באלד קענען רעאגירן מיט קראפט.