אמעריקע האט אויך וואס צו זאגן איבער די פריש געשאפענע אנגעצויגנקייט צווישן רוסלאנד און אוקריינע.
די אמעריקאנע יו. ען. אמבאסאדארשע ניק העילי האט געזאגט דורכאויס אן עמערזשענסי זיכערהייט זיצונג אז אמעריקע שטייט מיט אוקריינע קעגן די רויסעש אגרעסיעס.
העילי האט אנגערופן די רוסישע אטאקעס אלס “א גרויסהאלטערישע אקטיוויטעט וואס די אינטערנאציאנאלער געמיינדע דארף פארדאמען”, און געזאגט אז אמעריקע וואלט גראטולירט נארמאלע באציאונגען מיט רוסלאנד, אבער “אזעלכע שריט האלטן אונז צוריק דערפון”.
פרעזידענט טראמפ האט אויך פארשארפט זיין רעטאריק קעגן פוטין, נאכדעם וואס ער האט נעכטן נאכט געדראעט אז ער גייט אפרופן א זיצונג וואס איז געפלאנט אז ער זאל האבן מיט פוטין אין ענדע פון דעם וואך אין ארגענטינע, דורכאויס דעם G-20 סאמיט אין ארגענטינע.
“עס איז מעגליך אז מיר וועלן נישט אפהאלטן דעם זיצונג” האט טראמפ געזאגט אין אן אינטערוויו פאר די וואשינגטאן פאוסט. “איך האב נישט ליב די אגרעסיעס, איך האב עס בכלל נישט ליב”.
טראמפ האט צוגעלייגט אז מאמענטאל ווארט ער צו באקומען א פונקטליכער רעפארט פון די פענטעגאן איבער די רוסישע אגרעסיווע שריט, דורך זיין זיכערהייט סעקרעטאר דזשאן באלטאן.
די קרעמלין האט אין רעאקציע געזאגט אז זיי גרייטן זיך ווייטער צום באגעגעניש, נאכדעם וואס זיי האבן נישט באקומען קיין שום מעלדונג אז די זיצונג איז אפגערופן געווארן.