אוויאציע אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פארשוין אראפגעטראסקעט פון פליגער פארן מאכן נארישע וויץ אויף סאושל מידיא

א פאסאדזשיר איז געווארן אראפגעטראגן פון א פליגער בעפאר’ן זיך הייבן, נאכ’ן ווערן געכאפט ארומבינדן א שאל ארום זיין געזיכט, צו מאכן א טעראריזם וויץ אויף זיינע געזעלשאפטליכע מידיא נעצן.

דער יונגטליכער פארשוין מיט’ן נאמען ‘יאגוועדענט פאדער’ איז געווארן אראפגעפירט פון די פליגער דורך די פאליציי נאכדעם וואס אן אנדערער רייזענדער אויפן פליגער האט באמערקט ווי ער שיקט ארויס אויף די ‘סנעפטשעט’ אפליקאציע, א מאדנע בילד פון זיך, מיט זיין געזיכט פארדעקט, שרייבנדיג דערצו עטליכע ווערטער ווי ‘טעראריזם’ און ‘צעשטערן’.

די פליגער פון דזשעט-עירוועיס האט געהאלטן אינמיטן די טעקסיאינג פראצעדור, דאס הייסט ווערנדיג געפירט צום שאסיי ווי זי האט זיך געדארפט אט אט הייבן, פארלאזנדיג די שאטא קאלקאטע אויפ’ן וועג צו מומביי אינדיע, ווען א פאסאדזשיר האט שנעל אלארמירט די שטאב פון סטוארטס אויפ’ן פליגער.

איינער פון די פליגער מאנשאפט האט דאן שנעל געלאזט וויסן דעם פילאט איבער דעם געפאר, און דער פילאט האט געלאזט וויסן דער קאנטראל צימער, וועלכע האט פארארדנט די זיכערהייט וועכטער דאס צו שנעל אויסשפירן. די וועכטער האבן געשטורעמט דעם פליגער און ארעסטירט דעם 21-יעריגער פארשוין, אים פירנדיג צוריק אריין אין לופטפעלד פאר אויספארשונג.

דער פארשוין וואס האט געמאכט נארישע וויצן ווי ער וויל מאכן א טעראר אטאקע אויף א פליגער און געברענגט מען זאל אים ארעסטירן

א לופטפעלד ווארטזאגער האט דאן געזאגט “אז פאדער איז געווארן אראפגעפירט פון פליגער, צוליב זיינע פארדעכטיגע אקטיוויטעטן בעפאר’ן זיך הייבן, און פאר’ן נוצן שפראך וואס איז געווארן באטראכט ווי א זיכערהייט געפאר.”

אויף די פראגע פון דזשורנאליסן וואס פאדער האט געטון האט דער ווארטזאגער געענטפערט: “ער האט זיך ארומגעוויקלט מיט א הענדקערטשע”ף (אזא סארט טאשנטיכל אין די פארעם פון א קעסטל, מען נוצט דאס צו בלאזן די נאז און דאס גלייכן, א.וו.) און אנגעהויבן שיקן מעסעדשעס אויף וואטסעפ און סנעפטשעט געזעלשאפטליכע מידיא אפליקאציעס.”

דער וואס איז געזיצן נעבן פאדער האט פארדעכטיגט זיינע אקטן און אריינגענייגט אן אויג צו זען וואס ער שרייבט, און דאן איז עס געפארן זייער שנעל ביז די צענטראלע לופטפעלד זיכערהייט אגענטן זענען געקומען און באפאלן דעם פליגער. עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער פארשוין האט גארנישט געמיינט און זיין געברויך פון אטענטשן איז לכאורה ערפולט געווארן מער ווי ער האט אפילו געוואלט.

 

 

 

 

 

 

 

 

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.