ניו יארק – א פארשוין וואס האט אפגעפונען א פארלוירענע טשעק אין ווערט פון 10,000 דאלער האט באוויזן עס איינצוטוישן אנדעם וואס דער איינגעטומער זאל וויסן דערפון.
די אינצידענט האט פאסירט ווען א מאן אין קווינס איז אריין אין באנק, און דער איינגעשטעלטער ביים טישל האט אים געלאזט וויסן אז א פרעמדער מאן האט באוויזן אויפצוטוישן זיינס א טשעק אין ווערט פון 10,000 דאלער.
דער פארשוין וואס האט געטראפן דעם טשעק האט עס אויפגעטוישט ביי א טי-די באנק אין די בראנקס. פאליציי האבן געפענט אן אויספארשונג און זוכן דעם פארברעכער.