אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

מאסיווער פייער אין ניו ווינסטאר מיט איבער 80 געשעדיגטע

א שרעקליכע פינעוו אלארם פייער האט אויסגעבראכן היינט אינדערפרי ביי א קאָסמעטיקס פאבריק, אין ניו ווינדסטאר, אראנדזש קאונטי, ניו יארק.

די פייער האט זיך אנגעפאנגען 10:15 אינדערפרי מיט אן עקספלאזיע, די פייערלעשער זענען אנגעקומען גאר שנעל, און זיך גענומען פארלעשן.

בערך 10:40 האט פאסירט א צווייטע עקספלאזיע, בשעת פולע פייערלעשער האבען זיך געפינען אין די געביידע.

35 פייערלעשער האבען שוין געדארפט צוקומען צי מעדיצינישע באהאנדלונג עטליכע מיט שווערע בראנד וואונדן אבער נישט קיין לעבן געפאר.

דיקע שווארצע וואלקענעס מיט א שטארקע כעמיקאל פייער גערוך שפירט זיך און די אומגעגנט.

דערווייל איז די פייער נאכנישט פארלאשן שוין איבער 6 שעה זייט עס האט זיך אנגעצינדן.

איבערן שרייבער

יוסף הירש

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.