וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געמאלדן אז ער שטעלט ארויף דעם רעזשים אין צפון קארעא אויף דער ליסטע פון “לענדער וועלכע שטיצן טעראר”, און ווי טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע זאגן, קומט דאס מיט’ן ציל צו לייגן דרוק אויפ’ן רעזשים פון קים יאנג אן, אז ער זאל אראפלייגן זיינע נוקלעארע וואפנס.
צפון קארעא איז שוין געווען אויף דער ספעציעלער טעראר ליסטע לאנגע יארן, און זיי זענען ערשט אראפגענומען געווארן אין יאר 08′, ווען פרעזידענט בוש האט געוואלט אז צפון קארעא זאל זיך זעצן צום פארהאנדלונגס טיש, און איז געווען גרייט ארויסצוהעלפן דאס לאנד זיי צו פארגרינגערן אין זייער שווערן עקאנאמישן צושטאנד.
טראמפ האט געזאגט נעכטן, אז מ’וואלט שוין באמת לאנג געדארפט צוריק ארויפשטעלן צפון קארעא אויף דער ליסטע, נעמענדיג אין באטראכט די פארשידענע ברוטאליטעטן וואס דער רעזשים באגייט. מיט’ן ארויפגעשטעלט ווערן אויף דער ליסטע, וועט מיטקומען אסאך נייע שווערע עקאנאמישע סאנקציעס קעגן דעם רעזשים. קרעדיט: דער איד טעגליך.