ס’איז נישט קיין ווערטל, עס גיסט זיך שאקאלאדע אין די גאסן…
די איינוואוינער פון א שטעטל אין מערב דייטשלאנד, האבן היינט מיטגעהאלטן א ‘זיסע פארפלייצונג’, נאכדעם וואס אין א זעלטענע פאסירונג, איז א גאנצע גאס געווארן פארפלייצט מיט צעלאזטע שאקאלאדע, וועלכע איז ארויסגערינען פון איינע פון די שאקאלאד פאבריק מאגאזינען אויפן ארט.
די פייערלעשער זענען באלד אלארמירט געווארן, און האבן אנגעהויבן צו אפרוימען דעם טייך פון זיסע שאקאלאדע, אבער ס’האט זיך נישט אזוי לייכט אפגעלעקט פון שאסיי… צוליב די גרויסע פרעסטן האט זיך די קלעבעדיגע שאקאלאדע פליסיגקייט צוגעקלעבט צום שאסיי, און זיי האבן שווער געארבעט.
דער גאנצער גאס איז אפגעשלאסן געווארן, און אין די צייט וואס די פייערלעשער האבן אפגעשארט די שאקאלאדע מיט העק, שאוועלען און פאקלען, זענען צוגערישט דעווארן ספעציעלע פראפעסיאנאלע רייניגונג גרופעס צו קענען גוט אפשווענקען דעם שאסיי, אז די קאר’ס זאלן זיך נישט צוקלעבן דערצו…
ווי די פאבריק גיבט איבער, וועט נישט זיין קיין מאנגל אין שאקאלאדע אין די יעצטיגע סעזאן, טראצדעם וואס זיי האבן פארלוירן אזויפיל שאקאלאדע זאפט…