אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טעראר אטאקע אויף קריסטליכע חאגע מארק אין שטראסבורג, פראנקרייך

א טעראר אטאקע איז נעכטן פארגעקומען אין פראנקרייך, וואו עס זענען אומגעקומען צוויי מענטשן, נאכדעם וואס א מוסלעמענער עקסטרעמיסט האט געקוילעט מענטשן ווי שאף, און געשריבן “אללא אקבאר”.

די שיסעריי איז פארגעקומען אין א קריסטליכע ‘קראצמעך’ חאגע מארק אין שטראסבורג, וואו צוויי מענטשן זענען געשטארבן צום טויט, איינער איז געפינען געווארן מיט א גענצליך פאראליזירטער מח, און נאך פערצן זענען פארוואונדעט געווארן, פינף פון זיי גאר קריטיש.

“וואס האט פאסירט אין שטראסבורג” האט פרעזידענט טראמפ געזאגט, אויסנוצנדיג די אטאקע צו פארשטערקערן זיין אגענדע, “איז געווען א טעראר אטאקע אן קיין צווייפל. דאס איז נאך א טעראר אטאקע, און דערפאר דארפן מיר שטארקער האלטן פארמאכט די גרעניצן פון אונזער לאנד, און אפשר אסאך מער”.

די פראנצוזישע קרעפטן האבן געעפנט א געיעג נאכן טעראריסט, וואס ווערט אידענטיפיצירט דורך די פאליציי אלס דער 29 יעריגער שטראסבורגער שאריף שקאט, וואס איז שוין געווען אונטער די אויגן פון די שפיאנאזש געמיינדע אין פראנקרייך, צוליב זיין ראדיקאלע מיינונגען.

נאך א שיסעריי אויסטויש מיט געזעץ היטער, האט זיך דער טעראריסט אריינגעצווינגען אין א טעקסי און אזוי אנטלאפן איבערלאזנדיג אונטער זיך טויט און כאאס, און ווי דער דרייווער האט שפעטער איבערגעגעבן פאר די פאליציי, איז דער טעראריסט געווען פארוואונדעט פון א קויל אין זיין לינקן ארעם, פון די פייער אויסטויש מיט די פאליצייאישע קרעפטן.

 ווי דער פראנצוזישער אינערן מיניסטאר קריסטאף קאסטנער זאגט, גייט נאך אן די געיעג נאכן טעראריסט, און עס איז דערווייל נישט קלאר צו ער געפינט זיך נאך אין פראנקרייך מאמענטאל. באזונדער האט ער געמאלדן אז די זיכערהייט שטאפל איז גאר שטארק געהעכערט געווארן איבערן לאנד, און די טעראר איינהייט איז געווארן אקטיוו אינעם אויספארשונג.

פינף מענטשן זענען דערווייל אויפגעהאלטן געווארן אין פאליציי סטאנציע פאר אויספארשונגען, אין ליכט פונעם טעראר אטאקע.

נעכטן אינדערפרי, נאך איידער די אטאקע איז פארגעקומען, האט די פאליציי אינוואנדירט דעם טעראריסט’ס הויז, אין א פארדאכט אז ער איז געשטאנען אונטער א רויבעריי. דער טעראריסט איז נישט דארט געווען בשעת מעשה, און די פאליציי האט דארט געפינען אסאך גראנאטן און געווער.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.