אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

מוגאבי רעזיגנירט נאך 37 יאר אויפ’ן אמט אין זימבאבווע

זימבאבווע – נעכטן האט דער לאנגיעריגער זימבאבווער דיקטאטור, ראבערט מוגאבי, ענדליך רעזיגנירט פון אמט, נאך עטליכע טעג פון דראמא און מיליטערישע קאנטראל אין לאנד, ברעכנדיג זיך פאר דרוק פון דעם מיליטער און פון זיינע ארומיגע, אז ער זאל אויפגעבן.

מיט מוגאבי’ס רעזיגנאציע, קומט אן ענדע צו 37 יאר פון א דיקטאטורישן רעזשים וואס די זימבאבווער בירגער האבן מיטגעמאכט. אונטער מוגאבי’ס פירערשאפט, האט טאקע זימבאבווע געווינען זעלבסטשטענדיגקייט, אבער די ארטיגע עקאנאמיע איז חרוב געגאנגען.

אצינד וועט ווארשיינליך איבערנעמען די לייצעס זיין וויצע פרעזידענט, עמערסאן מענאנגאווא, און לויט ווי עקספערטן זאגן, איז טראץ וואס ס’איז באגריסנסווערד אז מוגאבי האט אפגעטרעטן, קען מען נישט צופיל בעסער דערווארטן פונעם נייעם פירער, וועלכער איז אן ענליכער דיקטאטור. קרעדיט: דער איד.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.