א דראמא האט זיך אפגעשפילט דעם זונטאג אין דעם פארקינג לאט פון א טעסקא געשעפט, אין הארטפארדשעיר, ענגלאנד, נאכדעם וואס צוויי פארברעכער – א מאן און א פרוי – האבן גע’גנב’עט אלקאהאל פון ארט.
די ארבייטער האבן באמערקט די גניבה, און האבן פרובירט אפצוהאלטן די פארברעכער ביז ווען די פאליציי קומט אן, אבער די פארברעכער זענען שוין געזעסן אין זייער קאר, און זיך דארט באראקידירט.
די ארבייטער האבן באשלאסן אז דאס קען מען נישט פארשווייגן, און אנגעהויבן צו צעשמעטערן די קאר פון די פארברעכער. צוערשט האבן זיי אראפגעהאקט די שפיגלעך, און דער קאר איז געפארן ווילד נעבן זיי.
דאן האבן די ארבייטער געברענגט איינקויף וועגעלעך און דאס אריינגעזעצט אין די קאר, די קאר האט באקומען ערנסטע קלעפ און איז געווארן געשעדיגט.
דאס האט גארנישט געהאלפן, אין די צייט וואס די ארבייטער האבן מיט קראפט אריינגעהאקט די וועגעלעך אינעם קאר, האבן דאס די פארברעכער ווילד מאנעוורירט, ביז ווען זיי האבן געשעדיגט צוויי ארבייטער, און דאן אנטלאפן פון ארט ווילדערהייט.
די פאליציי אין ענגלאנד האט פארשפרייט א בילד פון די קאר, און געבעטן הילף צו כאפן די פארברעכער, וואס זענען פאראנטווארטליך פאר א קייט מיט גניבות פון געשעפטן אין די לעצטע שטיק צייט.