אידישע נייעס

ערשינען: ליסטע פון די סאמע גרעסטע אנטיסעמיטן און שונאי איזראעל פון יאר

די אידישע ארגאניזאציע ‘מכון שמעון וויזענטאל’, וואס איז אויפן נאמען פון דעם באקאנטן נאצי יעגער, האט היינט ארויסגעגעבן די ליסטע פון די גרעסטע אנטיסעמיטן פון יארע 2018 למספרם.

אינעם ליסטע באגעגנט מען מענטשן וואס זיי אדער זייערע ארגאניזאציעס צי גרופעס, האבן מיט זייערע מעשים, אויסדרוקן אדער פאליטישע מיינונגען, געברענגט צו די גרעסטע אנטיסעמיטישע אינצידענטן.

פאלגענד איז די ליסטע:

1 – ראבערט באווערס: דער מערדער וואס האט אומגעברענגט 11 אידישע נפשות ביים בלוטיגן שיסעריי אין פיטסבורג.

2 – לואיס פארראקאן: פירער פון די ראדיקאלע “איסלאם נאציאן” גרופע אין שיקאגא, וואס העצט כסדר קעגן אידן, און האט זיי לעצטנס אנגערופן אלס פאראזיטן.

3 – אמעריקאנע אוניווערזיטעטן: אין די אמעריקאנע אוניווערזיטעטן זענען פארלאפענע יאר פארגעקומען אומצאליגע אנטיסעמיטישע אטאקעס קעגן סטודענטן אדער רעדנער.

4 – דזשערעמי קארבין: פירער פון די בריטישע לעיבאר פארטיי, וואס האט אויסגעדרוקט שטיצע צו טעראריסטישע באנדעס קעגן מדינת ישראל.

5 – אונרא: די יו. ען. ארגאניזאציע וואס גיבט לעגיטימיטעט פאר כאמאס, און פארדאמט אומאויפהערליך מדינת ישראל.

6 – עירבאנב: ריזיגע ריעל עסטעיט פירמע וואס באיקאטירט דירות אין די מיטל מזרח איזראעלי זידלונגען.

7 – דזשי. על. עס: די דייטשע באנק וואס וואשט און שטיצט טעראריסטישע גרופעס און באנדעס.

8 – גייל הערריס: בישאפקע און לערערין אין אמעריקע, וואס האט פארשפרייט פאלשע העצערישע נייעס איבער די איזראעלי מיליטער אין מזרח ירושלים.

9 – קראלניסקע אינסטעטוציע: א שוועדישע ארגאניזאציע וואס איז אחראי אויף די געזונטהייט נאוועל פרייז, און האט נישט געוואלט אויסקלויבן אידישע דאקטורים.

10 – ראדזשער ווטערס: מעקסיקאנער כאאר פירער אין ענגלאנד וואס ערלויבט נישט איזראעליס ערשיינען אין זיין לאנד.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.