אין די לעצטע שעות איז פארגעקומען גאר א העפטיגע באמבארדיגונג פון מדינת ישראל אין די דמשק געגנט אין סיריע, אויף פיינטליכע איראנער צילן, וואו עס זענען פארוואונדעט געווארן ארום 35 איראנער.
אומבאשטעטיגטע באריכטן זאגן אז צווישן די אומגעקומענע געפינט זיך אויך דער מאכטפולער הויפט איראנער מיליטערישער קאפ און דרייסטער קעמפער קאסאם סולימאני.
לויט א באריכט אין די קעניגליכע סירישע טעלעוויזיע, זענען געהערט געווארן זעלטן העפטיגע באמבארדירונגען אינעם סירישן אויפטשטאט, נאכדעם וואס מדינת ישראל האט איר העפטיג באמבארדירט. סיריע האט פרובירט אראפצעווארפן די מיסלס, אבער אן קיין ערפאלג.
די צילן זענען געווען וואפן מאגאזינען פון איראנער מיליציעס אין לאנד, זענען געווארן אטאקירט פון די איזראעלי קאמפס פליגערס אויף א ווילדע פארנעם. איבער 22 מיסלס זענען געשאסן געווארן דורכאויס די באמבארדירונג. די סירישע רעזשים טענה’ט אבער אז די באמבארדירונג איז געקומען פון אנטי פליגער מיסלס.
די כיזבאללא מידיע קאנאל אלמאנאר האט געמאלדן אז אין די זעלבע צייט האבן איזראעלי מיליטערישע קרעפטן אויך ווילד אטאקירט געוויסע צילן אין דרום לבנון.
דאס קומט נאך א טאג מיט באריכטן אין די פרעסע איבער עטליכע פארדעכטיגטע איראנע טראנספארט פליגער וואס האבן היינט געלאנדעט אינעם דמשק לופטפעלד, און עס איז מעגליך אז די צוויי באריכטן האבן עפעס א געוויסע שייכות.