די וועלט איז אויף רעדער, אמעריקע איז טיילווייז צעשאקלט, יעדער וואונדערט זיך, פארדאמונגען פליען פון אלע זייטן, מען הערט מחאות רעכטס און לינקס, און פרעזידענט טראמפ ווערט אראפגעריסן אלס א געפערליכער מאן וואס ווארפט אריין די וועלט אין א געפערליכע געפאר.
ניין, איך רעד נישט פון די רעגירונג שאט דאון, דאס איז שוין א קליינע נייעסל קעגן די גרויסע סכנה אין וואס די וועלט שטייט, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט פארארדנט ארויסצוציען די אמעריקאנע טרופן פון סיריע.
אבער אז מיר באטראכטן די פאקטן, קעגן די שטורעם וואס דאס האט אנגעווירטשאפט, קען זיך דאכטן אז אמעריקע איז פארשוואונדן געווארן פון די גאנצע מיטל מזרח… א זאך וואס איז ווייט פון ריכטיג.
כאטש וואס סיריע וועט מער נישט האבן קיין אמעריקאנע סאלדאטן, איז פארט דא א גאר שטארקע אמעריקאנע אנוועזנהייט אין געגנט, אזוי אז אויב מאכט זיך עפעס קען זיך אמעריקע אייביג אנרופן ביז געציילטע מינוט, און זיין אויפן סצענע מיט א פעסטע רעאקציע.
די אמעריקאנער פארמאגן איבער טויזענט ארמיי באזעס אינדערויסן פון זייער טעריטאריע, וואס זענען צושפרייט אויף אזויפיל ווי 150 לענדער ארום די וועלט.
די סאמע גרעסטע פון זיי איז טאקע אין מיטל מזרח, אין דאס לאנד קאטאר, וואו עס געפינען זיך ארום 20,000 סאלדאטן. דער באזע איז א גאר וויכטיגע ווען עס קומט צו קאנטראלירן די לופט רוימען העכער מיטל מזרח, און פון איר פליען ארויס רוב פון די אמעריקאנע קאמפס פליגערס צום געגנט, איבערהויפט צו איראק, סיריע און אפגאניסטאן, צו באקעמפן די אייסיס טעראריסטן און אנדערע ראדיקאלע געמויזעכצער.
אין קאוויעט זענען פארהאנען איבער 15,000 סאלדאטן צושפרייט אין עטליכע ארמיי באזעס, יעדע פון זיי פארמאגט זיך אירע קוואליפיקאציעס.
די עלטסטע אמעריקאנע ארמיי באזע געפינט זיך אין באכרעין, וואו עס איז געשטעלט געווארן די פינפטע פלאטע, נאך אין יאר 1948. די סאלדאטן פונעם פלאטע טוען פאטראלירן און אהערשטעלן א טאן אין די וואסערן פון די רויטע ים, די פערסישע ים, און אין די אראבישע ים, צווישן זיי די גאר אסטראטעגישע ערטער ווי די סועץ קאנאל און די באב על מאנדאוו דורכגאנג.
אין אנדערע לענדער אין די פאראייניגטע אראבישע עמיראטן געפינען זיך ארום 5,000 אמעריקאנע סאלדאטן, וואס רוב פון זיי באלאנגען פאר די עיר פארס. אין אמאן געפינען זיך ארום 200 מיליטער לייט, אין ירדן איז דא צווישן 1,500 און 2,500 אמעריקאנע טרופן אנוועזנד, אין א באזע וואס איז בשותפות מיט נאך לענדער, א שטייגער ווי דייטשלאנד, בעלגיע און האלאנד.
און אז איר ווילט שמייכלען, די קלענסטע אמעריקאנע באזע אין די מיטל מזרח געפינט זיך גאר אין אמעריקע’ס נאנטסטע פריינט, מדינת ישראל. דארט זענען פארהאנען נישט מער ווי… 40 אמעריקאנע זעלנער.
דאס מיינט אז די 2,000 זעלנער פון סיריע וועלן שוין טאקע נישט זיין אין דעם לאנד וואו עס גיסט זיך שוין בלוט פאר א שיינע פאר יאר אנע אפשטעל; אבער דאס מיינט נישט אז מען קען יעצט דארט טוען וואס מען וויל, אמעריקע שטייט ווייטער גרייט אין געגנט, אויסגעשטאט מיט באזעס, און נאך סאלדאטן וואס געפינען זיך אין ארומיגע לענדער פאר מיליטערישע צוועקן, צווישן זיי מצרים; לבנון; טערקיי; ירדן; סאדי אראביע; און נאך.
אז איר זענט באזארגט איבער די אפוועזנהייט פון די 2,000 סירישע סאלדאטן, קענט איר ווייטער שלאפן רואיג ביינאכט. לויט די ציפערן פון די אמעריקאנער פארטיידיגונג אפיס געפינען זיך אינעם מיטל מזרח איבער אזויפיל ווי 54,000 סאלדאטן.
זיער שיין