נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער ציעט ארויס די אמעריקאנע טרופן פון סיריע, קומען אריין באריכטן אז טערקיי שיקט טאנקען צום גרעניץ, און מיט די הילף פון זייערע סירישע פריינד פארזאמלען זיי זיך ארום דעם שטאט מאנבידזש, כדי צו אויסמעקן יעדן שפור פון די קורדן אינעם שטאט.
באזונדער האט מאבלאט טשבאשאלא, דער אויסערן מיניסטאר פון טערקיי, היינט געזאגט אז זיין לאנד איז אנטשלאסן צו אדורכהאקן דעם נהר פרת אין צפון סיריע קיין מזרח. “אויב טערקיי זאגט אז זי וועט אריינגיין אהין, וועט זי אריינגיין”.
טערקיי קוקט אן די קורדישע YPG מיליציע גרופע אלס א טעראר גרופע, וויבאלד זיי זענען קעגנער פונעם טערקישן פרעזידענט. אין פאקט האבן די קורדן געשפילט גאר א גרויסע ראלע ביים אויסראטן די אייסיס טעראריסטן אין סיריע און אין איראק, און ווען נישט זיי וואלט מען קיינמאל נישט געהאלטן דארט וואו מען האלט יעצט מיט אייסיס, וואס איז אפגעשוואכט אויף אלע פראנטן.
פאר צוויי וואכן צוריק האט טערקיי געמאלדן אז זיי וועלן אונטערנעמען אן אקציע קעגן די קורדישע קעמפער, און זיי אויסראטן פון צפון סיריע. דערווייל האבן זיי זיך נישט דערוואגט דאס צו טוען, צוליב די אנוועזנהייט פון די אמעריקאנע טרופן, וואס האבן געארבעט האנט ביי האנט מיט די קורדן. אבער יעצט אז די אמעריקאנע קרעפטן פארלאזן סיריע, שפירט טערקיי אז זיי באקומען דארט א פרייע האנט צו פארגיסן קורדישע בלוט, נישט דארפנדיג אפגעבן קיין דין וחשבון פאר קיינעם.
לויט א באריכט פון די סיריע מענטשן רעכט אבזערווירער, ווערט צוגערישט גאר א גרויסע קראפט ארום די שטאט מאנבידזש וואס איז מזרח זייט פון כאלעב, און ווי מען שפעקולירט וועט נישט נעמען לאנג ביז די קורדן וועלן אויסגע’שחט’ן ווערן.