א שרעקליכע אינצידענט האט פאסירט אין די שטאט לאנגיאן וועלכע געפינט זיך ביי די פודזשיאן געגנט אין מזרח כינע, נאכדעם וואס א פארשוין האט פארכאפט א באס, און אנגעהויבן אראפצוהאקן מענטשן.
דער פארשוין האט זיך באוועלטיגט אויפן באס, און מיט א ווילדקייט אנגעהויבן צו טרעטן און אראפהאקן מענטשן, פון וואס פינף זענען אומגעקומען – צווישן זיי א פאליציי אפיציר – און 21 אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן.
אין ענדע האט די פאליציי באוויזן אפצושטעלן דעם פארברעכער און אים ארעסטירן. נאכן אים אויסטאפן האט מען געפינען אויף אים אן אויסגעשארפטער מעסער.
דערווייל איז נישט קלאר וואס זיינע מאטיוון זענען געווען, און די פאליציי פארשט די אינצידענט, אין די צייט וואס רוב פון די פארוואונדעטע ווארפן זיך נאך אין די שפיטאל בעטל פאר יסורים.