אידישע נייעס

געזוכט: פארברעכער האט זיך איינגעבראכן אין א הויז און אטאקירט אלטע פרוי

אויב האט איר געזען דעם שווארצן פארשוין וואס מען זעט אויפן בילד העכערן באריכט, דאן זייט אזוי גוט און באריכטעט פאר די פאליציי דערוועגן, זיי זוכן אים ארום.

דער פארשוין האט זיך איינגעבראכן אין א הויז, דעם דינסטאג, אין א געביידע אין קאוני איילענד, וועלנדיג דורכפירן א רויבעריי אין די שטילקייט פון די פארטאג’ס שטונדן.

נאכן זיך איינברעכן ארום א פערטל צו פינף פארטאג’ס, האט ער באמערקט די אלטע מרת פיינשטיין, וועלכע איז 87 יאר אלט, און איר געצווינגען צו זיצן אויף איר בעט.

נאכן זען ווי די אלטע פרוי האט זיך פרובירט אויפצושטעלן, האט איר דער פארברעכער אטאקירט, פון וואס א ביין האט זיך איר צובראכן.

צום מזל האט זי געהאט אויף איר בעט א קנעפל וואס רופט צו אלע עמערדזשענסי אגענטורן אין געגנט, און דער פארברעכער איז אנטלאפן, נישט בעפאר ער האט אנגעיאגט צו גנב’נען זאכן פון שטוב.

די ניו יארקער פאליציי האט פארשפרייט בילדער פון דעם פארברעכער, און האבן געבעטן הילף פון די באפעלקערונג אים צו ברענגען אונטער ארעסט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.