די הייליגע ארגאניזאציע חסד של אמת, וועלכע האט שוין אונטער זיך א געלנצענדע רעקארד פון צושטעלן א חלקה פאר איבער 1,500 נפטרים וועלכע פארמאגן נישט קיין קרוב וגואל, האבן דורכגעפירט א רירענדע מעמד הקמת מציבות אין די קעטסקילס, טראץ די פראסטיגע קעלט וואס האט געהערשט אויפן ארט.
די וואלונטירן האבן נישט געשפארט קיין צייט און כוחות, אויפשטעלנדיג 130 פרישע מציבות אין צוויי פון די זיבן חלקות וואס חסד של אמת פארמאגט.
די מעמד איז פארגעקומען פארלאפענעם דינסטאג, וואו מען האט געזאגט קאפיטלעך תהילים, און א קל מלא רחמים, לעילוי נשמת די נפטרים וואס האבן נישט ווער עס זאל זיך אומקוקן אויף זיי.
דאס האט נאכגעפאלגט מיט א ספעציעלע תפלה פארגעזאגט דורך דער חשוב’ער מנהל פון די ארגאניזאציע, הרב רבי מענדל ראזענבערג שליט”א, און דערנאך האט מען געטרינקען א לחיים לע”נ די נפטרים, און געזאגט א קדיש.
ווי שיין איז דאס פאלק כלל ישראל, וואס גיבט זיך אוועק אונטער אלע אומשטענדן פאר אידן וואס קענען זיי מיט גארנישט צוריק באצאלן, א ריכטיגע “חסד של אמת” מיט אירע שענסטע פארבן…