פרעזידענט דאנעלד טראמפ האט נעכטן נאכט אומערווארטעט געלאנדעט אין איראק נאך א נאכט פלייט פון וואשינגטאן, כדי צו באזוכן אין די אמעריקאנע מיליטערישע באזע וואס געפינט זיך אין לאנד.
דאס איז געווען די ערשטע מאל וואס טראמפ האט זיך ארויסגעלאזט אויף א רייזע צו אמעריקאנער סאלדאטן אינדערויסן פון די אמעריקאנע גרעניצן, א זאך אויף וואס ער איז קריטיקירט געווארן גאר שטארק.
אין די סטעיטטמענט וואס סערע האקאבי סענדערס – די ווייסע הויז פרעסע סעקרעטערי – האט איבערגעגעבן, שטייט אז “פרעזידענט טראמפ און די פאמיליע זענען געפארן קיין איראק צו באזוכן אונזער מיליטערישע קרעפטן און זיי באדאנקען אויף זייערע געוואלדיגע סערוויס, זייער סוקסעס, און די קרבן וואס זיי ברענגען פארן לאנד”.
א שטיקעלע דורכפאל איז געווען פאר די סיקרעט סערוויס דורכאויס די רייזע, נאכדעם וואס די עיר פארס וואן פליגער איז באמערקט געווארן העכער די הימלען פון אייראפע, און ווילדע קלאנגען האבן אנגעהויבן צו קורסירן, באגלייט מיט שפעקולאציעס וואו דער דאנעלד רייזט.
די אומערווארטעטע באזוך איז געקומען נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן – ווי שוין באריכטעט דא אויף אידישער ווינקל – אז ער וועט ארויסציען די אמעריקאנע טרופן פון סיריע.
פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פאר די סאלדאטן אין איראק “איך גלייב אז אסאך מענטשן וועלן טוישן זייער מיינונג און זיין איינשטימיג מיט מיר. ס’איז געקומען די צייט צו נוצן אונזער קאפ, ווען איך האב געזאגט פאר די ראטגעבער אז מיר וועלן אוועקגיין פון סיריע, האבן זיי מיר פרובירט צו איבערצייגן עס נישט צו טוען”.
דערנאך האט ער קלארגעשטעלט פאר די סאלדאטן אז “עס איז נישט דא קיין שום פלאן צו פארלאזן איראק, מיר וועלן זיך באנוצן מיט דעם באזע אויב עס וועט זיך עפעס אויספעלן אדורכצופירן אין סיריע”.
טראמפ האט אויך ערווענט די נייעס אז ער נעמט אויף א נייע פארטיידיגונג’ס סעקרעטאר, נאכדעם וואס דזשעימס מעטיס האט רעזיגנירט אלס פראטעסט פון טראמפ’ס סיריע ארויסציאונג באשלוס. טראמפ האט קלארגעשטעלט אז ער יאגט זיך נישט מיטן אויפנעמען א פרישן סעקרעטאר, און דערווייל וועט דער וויצע פון מעטיס פארזעצן צו דינען אין דעם אמט.