נאנט צו 2,000 אומלעגאלע וואפן זענען צוזעמענגעקליבן געווארן דורך די אויטאריטעטן אין באלטימאר, אין דעם אריינגערעכנט א מיסל ארויסשיסער, אלס א טייל פון א קאמפיין וואס די שטאט האט אונטערגענומען, צו פארמינערן די הויכע פארברעכן ראטע אין די שטאט באלטימאר אין מערילאנד.
די קאמפיין האט זיך גצנויגן פאר א וואך מיט דריי טעג, און געווען געצילט אראפצונעמען ווי מער אומלעגאלע וואפן פון די גאסן.
דאס קומט נאכדעם וואס עס איז שוין די פערטע יאר אין א ציה וואס מערילאנד האט פארמאגט איבער 300 מערדערייען. לויט די פאליציי האט מען געזאמלט 1,860 וואפן, אויף וואס די רעגירונג האט ערליך באצאלט.
דער מעיאר האט געטוויט אז צווישן זיי איז אויך געקומען א מיליטערישע סארט מיסל ארויסשיסער, און אן אויספארשונג איז געעפנט געווארן צו דערגיין וויאזוי אזא מאכטפולע מיליטעריש-עקסקלוסיווע אפאראט איז אנגעקומען צו הענט פון פריוואטע מענטשן.
די אויטאריטעטן האבן געצאלט 25 דאלער פאר יעדע וואפן מאגאזין, 100 דאלער פאר יעדע ביקס אדער רעוואלווער, 200 דאלער פאר א האלב אויטאמאטישע ביקס, און 500 דאלער פאר א אויטאמאטישער ביקס. באזונדער האבן זיי פארשפראכן אז מען וועט קיינעם נישט אנקלאגן אין האלטן אומלעגאלע וואפן נאכן דאס איבערגעבן פאר די פאליציי, און מען דארף נישט איבערגעבן די נאמען אדער סיי וואספארא אינפארמאציע, אלעס קען גיין אנאנים.
באלטימאר איז א שטאט וואס פארמאגט 600,000 איינוואוינער, און מוטשעט זיך אסאך מיט פארברעכן. אבער לויט ווי די באלטימאר סאן צייטונג שרייבט, איז די האלב מיליאן דאלער וואס איז אנגעגריייט געווארן פאר דעם קאמפיין סתם אויסגעווארפן געלט, און וועט נישט האבן קיין ערנסטע אפעקט.
“איינער וואס באנוצט זיך מיט די געווער פאר צוועקן פון נקמה און מארד, וועט דאס נישט איבערגעבן פאר די פאליציי. די פארברעכער בלייבן דערמיט, און פארקויפן ווייטער זייערע דראג’ס, ווען די באנדעס שלאגן זיך איינער מיטן צווייטן און פארגיסן בלוט. פארלירן פארלירט בלויז דער פשוט’ער מענטש, וואס האט ביז יעצט פארמאגט א ביקס זיך צו קענען באשיצן פון די אלע קרימינאלע באנדעס”.
Seriously? The number includes suicides? Most of it are.
64% of all gun-related deaths in the U.S. were suicides
From https://en.m.wikipedia.org/wiki/Gun_violence_in_the_United_States