אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס טשיקאווע נייעס

שרעק און פאניק אין פאריזער לופטפעלד פון שפילצייג ביקסן

א פאניק און שרעק איז אנטשטאנען נעכטן אינדערפרי אין די הויפט פאריזער לופטפעלד שארל-דע-גאל, נאכדעם וואס צוויי מענער זענען געזען געווארן מיט שפילצייג ביקסן.

דאס האט פאסירט אום 8:30 אינדערפרי, ווען טערמינאל 2 אינעם לופטפעלד איז געווארן עוואקואירט פאר א דריי פערטל שעה, נאכדעם וואס עטליכע דערשראקענע פאסאזשירן האבן אלארמירט די פאליציי, אז צוויי מענער מיט געווער וואס רעדן א פרעמדע שפראך, דרייען זיך ארום אין לופטפעלד.

ווען מענטשן האבן געזען די ‘געווער’ איז געווארן א פאניק אין טערמינאל 2, און מענטשן האבן אנגעהויבן לויפן פאר זייער לעבן מיט גרויס בהלה. באלד האט מען אראפגעשטעלט גרויסע פאליצייאישע כוחות פון ארום.

אויב איז דאס נישט געווען גענוג, האט נאך איינער באמערקט א פארלאזטע טאשקע אין א זייט, און עס איז געווארן א שרעקליכער איבערקערעניש…

די אויטאריטעטן האבן ארעסטירט די צוויי מענער, און גענומען צו אויספארשונגען, נאכדעם וואס עס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס אומזיסטע שרעק, די געווער זענען געווען ווערטלאזע שפילצייגן…

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.