מיט’ן אריינקום פון פון נייעם יאר אויפן גוי’אישן קאלענדער, איז אפיציעל דערקלערט געווארן דער שטאט קרית יואל, אלס די ערשטע חרדי’שע שטאט איבער די פאראייניגטע שטאטן – מיטן נאמען פאלם טרי.
דער אקט איז נישט בלויז סימבאליש, נאר דערמיט ווערט קרית יואל אפגעהאקט מפון די טאון אוו מאנרא, און ווערט אן אייגענע טאון.
פאראיאר האט מען אנגעהויבן צו זען פארשריט אין דעם געביט, נאכדעם וואס קרית יואל איז ביז דאן געווען בלויז א ווילעדזש אונטער די טאון אוו מאנרא, און נישט גענאסן פון א פולקאמע זעלבסטשטענדיגקייט.
דער נאמען פאלם טרי, וואס באדייט טייטלבוים, טוט סימבאליזירן אויף מרן הרה”ק בעל דברי יואל און ויואל משה מסאטמאר זי”ע, וועלכער האט געגרינדעט און געפירט די שטאט, זאגנדיג אז ער וויל עס זאל זיין “לשמו ולזכרו”.
דאס אוועקשטעלן קרית יואל אלס באזונדערע טאון באדייט צווישן אנדערע אז מען פארמאגט א זעלבסטשטענדיגע בודזשעט דירעקט צום סטעיט, אן קיין שום פארמיטלונג אינדערמיט.
באזונדער דארף אצינד די טאון אוו פאלם טרי אויך אויפשטעלן א באזונדערע פאליציי סטאנציע מיט פאליציאנטן, א געריכט הויז, און נאך פארשידענע וויכטיגע ביוראען וואס יעדע שטאט דארף פארמאגן. ס’איז אבער נישט קלאר וויפיל פון די פונקציעס און ביוראען וועלן טאקע פאקטיש צושטאנד-קומען.
.