דער יאפענעזער עמפעראר אקיהיטא האט היינט געגעבן זיין לעצטע רעדע אלס עמפעראר פארן יאפאנעזער פאלק, לכבוד דעם נייעם יאר למספרם.
דער 85 יעריגער אקיהיטא וועט זיך געזעגענען פונעם קרוין אין דריי מאנאטן ארום. “איך בין באמת גליקליך צו פראווען און זיך פרייען צום נייעם יאר מיט אייך אונטער אזא קלארע הימל” האט ער געזאגט פון די טאראסע אויפן קעניגליכן פאלאץ אין טאקיא.
לויט די יאפאנעזער מידיע זענען זיך איבער 150,000 מענטשן צוזאמענגעקומען צום רעדע, דאס האט געבראכן א רעקארד פון צאל באטייליגטע ביי א רעדע פון דעם עמפעראר אקיהיטא.
אסאך מענטשן האבן שוין דארט געווארט פון די פריע פארטאגס שטונדן, און געפלאטערט מיט יאפאנעזע פענער ווען דער עמפעראר איז ערשינען אויפן טאראסע מיט גרויסע ענטוזיאזם.
אקיהיטא האט איבערגענומען זיין מלוכה פון זיין טאטן היראהיטא אין יאר 1989. ער וועט זיך געזעגענען פון עמפערארשאפט אום אפריל דער דרייסיגסטער, און איבערגעבן די מלוכה פאר זיין עלטסטן זוהן, נראהיטא.
די עמפערארישע פאמיליע אין יאפאן איז פארמאכט צווישן זיך, און דער פאריגער עמפעראר, היראהיטא, האבן די יאפאנעזע מאסן געהאלטן פאר גאר פארשמייליגט.
אקיהיטא האט געטוישט די סטאנדארטן אז מען זאל קענען לייכטער צוקומען צו אים און כאפן א בליק אויף אים, און האט אויך געהייראט מיט א פרוי וואס איז נישט פון קיין קעניגליכע פאמיליע.
דאס אויפגעבן די עמפערארשאפט איז א זעלטענע זאך. אין זיין מעלדונג איבער דעם שריט האט דער עמפעראר אקיהיטא געזאגט אז זיין געזונט צושטאנד שטערט אים אויסצופירן די עמפערארליכע פליכטן.
ביי א צערעמאניע מיט וויכטיגע אינטערנאציאנאלע פיגורן פארגאנגענע וואך, האט מען טאקע געזען וויאזוי אקיהיטא ווארפט זיך און קען זיך נישט באלאנסירן געהעריג.
יאפאן קוקט ארויס אויף די פירערשאפט פון דער יונגערער, פראגרעסיווער און געלערנטער 58 יעריגער נראהיטא, וועלכער געניסט פון גרויס שעצונג אין לאנד.