די פאליציי אין מערב אוסטראליע האבן געמוזט אראפשיקן גרעסערע קרעפטן צום הויז פון אן איינוואוינער אין שטאט פּערט, נאכדעם וואס א פארבייגייער האט ארויסגעהערט פון א הויז געפערליכע געשרייען.
די געשרייען פון דעם מאן האבן זיך געהערט בייז: “פארוואס ווילסטו נישט שטארבן? פארוואס ווילסטו נישט שטארבן?”. מען האט אויך ארויסגעהערט דערשראקענע געשרייען און א געוויין פון א קליין קינד.
עטליכע פאליציי קאר’ס מיט אפיצירן זענען באלד אראפגעקומען צום סצענע, מיט אנגעצינעדנע לייט’ס און סייריענס, אזויווי מען טוט ביי גאר ערנסטע נויט-פעלער.
נאכן זיך איינברעכן אין דעם הויז פון ווי די געשרייען האבן פארגעזעצט ארויסצוקומען, האבן די פאליציי אפיצירן געטראפן אן איבעראשונג…
זיי האבן געטראפן א מאן לויפט נאך ווילדערהייט א… שפין, און פרובירט אים צו אומברענגען, שרייענדיג ווילד “פארוואס זאלסטו נישט שטארבן?”…
דער מאן איז געווען שאקירט צו טרעפן די פאליציי קרעפטן זיך איינברעכן ביי זיך אין שטוב, און ער האט זיי ערקלערט אז ער פארמאגט אן אויסטערלישן שרעק פון שפינען.
דאס קינד האט זיך זעט אויס אנגעשטעקט פון זיין טאטנ’ס שרעק, און אויך מיטגעוויינט ציטערנדיג פון דעם שפין.
דער מאן האט זיך אנטשולדיגט פאר די פאליציי, און זיי האבן אים צוליב געטון, מיטן אוועק פירן דעם שפין פון זיין שטוב…