אין שטאט מומבאי, די גרעסטע שטאט פון אינדיע, האט מען היינט אנטפלעקט אן אור אלטע אידישע בית החיים, וואס איז געווען באהאלטן אונטער דער ערד פון א פובליק פארק.
דורכאויס א געוויסע רענאוואציע פראיעקט פון די פארק אויטאריטעט אין א שיינער פארק ביי איינע פון די געגנטער פון מומבאי, האבן די ארבייטער אנטפלעקט א מציבה וואס פארמאגט אויף זיך אן אויפשריפט אין אידיש.
דער מציבה איז געשטעלט געווארן העכער דער נפטר סלמאן בן ניסים קאזי, א איד וואס האט געוואוינט דארט אין געגנט, איז איז אוועק אין יאר תקפ”ח, אין עלטער פון 45 יאר.
נאך א גרונטליכע אינטערזיכונג האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז נישט קיין איינצעלע קבר, נאר די פארק איז גאר געבויעט אויף א געהעריגע בית החיים, וואס איז עטליכע הונדערט יאר אלט.
טראץ וואס אין אייראפע הערט מען ליידער אסאך אזעלכע געשעענישן און אנטפלעקונגען, נאכדעם וואס ביים צווייטן וועלט קריג האט מען זיך אויפגעפירט מיט א שרעקליכע בזיון צו אידישע בתי חיים, איז אבער אזא נייעס זעלטן ווען עס קומט צו אינדיע.
לאקאלע אידן האבן געזאגט אז זיי האבן שוין געהערט איבער א בית החיים אין געגנט וואס האט עקזיסטירט דארט פאר ביז ארום הונדערט יאר צוריק.
ווי דאקטער קאראש דלאל – א לאקאלער ארכיאלאג און פראפעסאר – זאגט, איז דאס אן אור אלטע בית החיים וואס מען האט געהאלטן פאר לאנגע יארן, און עס איז אויך פארהאנען אין געגנט א אור אלטע אידישע שוהל.
פאר כמעט הונדערט יאר צוריק האט מען דארט געבויעט א גארטן, און דערמיט איז דער בית החיים געווען באהאלטן און פארשוועכט פאר ביזן היינטיגן טאג.