“אין אמת’ן אריין, קען איראן טון אין סיריע וואס זיי ווילן” האט פרעזידענט טראמפ געזאגט היינט פאר די פרעסע דורכאויס א פרעסע קאנפערענץ אינעם ווייסן הויז.
“איראן איז מער נישט די זעלבע לאנד” טענה’ט טראמפ איבער די מוסלאמענער רעפובליק. “איראן נעמט ארויס מענטשן פון סיריע, זיי קענען דארט טון וואס זיי ווילן אין אמת’ן אריין, אבער זיי נעמען ארויס מענטשן פון דארט, זיי נעמען ארויס מענטשן פון תימן, איראן וויל איבערלעבן”.
טראמפ האט פארגעזעצט מיט זיין אנאליז אויף איראן, אז “איראן איז געווען א מאכט אין די מיטל מזרח, זיי זענען געשטאנען הארט בעפארן געוועלטיגן אויף גאנץ מיטל מזרח, זיי האבן געוואלט פארטיליגן מדינת ישראל, אבער איראן איז יעצט אינגאנצן א צווייטע לאנד”.
פרעזידענט טראמפ האט גערעדט איבער די ארויסציאונג פון אמעריקאנע טרופן פון סיריע, א באשלוס וואס האט געכאפט די גאנצע וועלט אין איבעראשונג, און געזאגט אז דאס וועט נעמען ‘א שטיקל צייט’, אבער ער האט נישט אנגעגעבן א גענויע דאטום ווען דאס דארף אדער וועט פאסירן.
וועלנדיג בארואיגן די פרעסע אז סיריע איז נישט קיין גרויסע פארלוסט פאר אמעריקע, נאכדעם וואס זי וועט שוין נישט האבן דארט אירע טרופן, האט טראמפ געזאט אז סיריע איז “זאמד און טויט”, און ער בלייבט מיט זיין מיינונג אנטשלאסן, די טרופן וועלן אהיימקומען. “מען רעדט נישט דא פון קיין גרויס פארמעגן”…
איבער די באריכט וואס איז ערשינען אז די ארויסציאונג פון די טרופן וועט געדויערן פיר מאנאטן, האט טראמפ געזאגט אז “איינער האט געזאגט פיר מאנאטן, אבער איך האב דאס נישט געזאגט. מיר גייען ארויס פון סיריע, מיר ווילן נישט האבן סיריע”.
איבער די קורדן וואס זענען אצינד אין געפאר פון טערקיי, און פארפירן אז טראמפ האט זיי פארראטן נאכדעם וואס זיי האבן געהאלפן אמעריקע דורכאויס די שווערע צייטן אין סיריע, האט טראמפ רעאגירט:
“די קורדן – עס איז זייער אינטערעסאנט. טערקיי האט זיי נישט ליב, אנדערע מענטשן יא. כ’האב נישט ליב געהאט די פאקט אז די קורדן – אונזערע שותפים – פארקויפן די ביסל נאפט וואס זיי פארמאגן פאר איראן, און מיר האבן זיי געבעטן דאס נישט צו פארקויפן פאר איראן. אבער זיי זענען בעסערע קעמפער ווען מען קעמפט קעגן זיי… מיר האבן זיי געשיקט דרייסיג פון די F-18 פליגער. נאך אלעם ווילן מיר זיי שיצן”.