די כינעזע פאפולאציע איז געשרינקען אין יאר 2018, צום ערשטן מאל אין זיבעציג יאר, טראץ וואס די רעגירונג האט באשלאסן צו מבטל זיין די “איין קינד” געזעץ. עקספערטן ווארענען אז דאס קען ברענגען צו א דעמאגראפישע קריזיס, און עס ברענגט אין געפאר די עקאנאמישן צושטאנד פונעם לאנד.
כינע פארמאגט היינט די גרעסטע פאפולאציע איבער די וועלט, און אזויפיל ווי 4.1 ביליאן מענטשן וואוינען אין איר. דורכאויס צענדליגע יארן האט כינע נאר ערלויבט צו געבוירן איין קינד, און וועמען מען האט געכאפט פארלעצן די געזעץ האט באקומען גאר הארבע שטראפן.
אין יאר 2016 האט כינע מבטל געווען די געזעץ און ערלויבט געווארן פאר יעדע פארפאלק צו געבוירן צוויי קינדער.
ווי עקספערטן האבן געשאצט וועט אין יאר 2018 ארויפגיין די כינעזער פאפולאציע מיט 790,000 פרישע קינדער מער ווי א יאר פריער, אבער אין פאקט איז עס נישט אזוי געווען.
לויט יאיי פאקיסאן – א פארשער אין די וויסקאנסין מעדיסאן איוניווערזיטעט אין אמעריקע – זענען אין פאקט געבוירן געווארן 2.5 מיליאן קינדער ווייניגער ווי אין יאר 2017!
יאיי זאגט אז ער האט נאכגעפארשט די אינפארמאציע פון אלע שטעט און דערפער איבער כינע, און פאראיאר איז פארגעקומען “א דראסטישע היסטארישע טויש אין די כינעזער פאפולאציע”. ווי ער זאגט זענען די קאסטן פון די קינדער ערציאונג געווארן זייער טייער, און די ארימע כינעזער זענען נישט נייגעריג אוועקצוגעבן דאס געלט פון זייער שווערע הארעוואניע פאר די קינדער.