א פרוי אין אפסטעיט וועלכע איז ארויס שפאצירן אין די צייט פון זון אונטערגאנג, איז פאטאל געשאסן געווארן דורך א אומלעגאלע חיות פאנגער, וועלכע האט זיך אויסגעמישט מיט איר, מיינענדיג אז ער שיסט א הערש.

די פרוי, 43 יאר אלט, האט באקומען איין מאכטפולע קויל, פון א פיסטאל. זי איז אין איילעניש געווארן אפגעפירט אין א שפיטאל אין די געגנט פון ערי, פענסילוועניע, ווי זי איז געשטארבן פון די וואונדן.

פאליציי האבן ארעסטירט דעם פאנגער, טאמעס דזשעדלאווסקי, און אין זיין אויספארשונג האט ער געזאגט “ער האט געמיינט אז ער זעט א הערש, אין א פעלד ארום 200 יארדס אוועק,” ווען ער האט געשאסן די טויטליכע בולעט.

דער פאנגער טאמעס דזשעדלאווסקי

די שיסעריי איז פארגעקומען 40 מינוט נאך די זון אונטערגאנג, וואס מאכט די שיסעריי אומלעגאל אין יענע שטאט, ווען עס איז פארבאטן צו שיסן אין די טונקל.

דער פאנגער האט געהערט א געשריי, און איז שנעל געלאפן זען וואס דאס האט געמיינט, ער האט דאן באמערקט זיין ביטערע טעות, און שנעל גערופן 911 לייגנדיג דרוק איבער אירע וואונדן, פרובירנדיג צו פארגרינגערן אירע וואונדן.

די פאליציי אפיצירן האבן פרובירט ראטעווען איר לעבן, אבער עס האט נישט געארבעט, דער פאנגער איז געבליבן אגאנצן צייט, ווארטנדיג פאר די פאליציי.

קלאגעס ווערן יעצט געמאכט קעגן דזשעדלאווסקי, און אן אויספארשונג איז געווארן געעפנט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.