דער כינעזער פרעזידענט שי דזשינפינג האט זיך נעכטן געטראפן מיט זיינע הויכראנגיקע גענעראלן, און זיי געזאגט אז די זיכערהייט קרעפטן פון לאנד דארפן אלעס טון צו זיין גרייט פאר א קריג.
די רעגירונג קאנטראלירטע נייעס אגענטור האט פריער געהאט באריכטעט, אז דער פרעזידענט וועט אדרעסירן פארנט פון די הויכראנגיקע כינעזער גענעראלן איבער די געפארן און שוועריקייטן דאס לאנד האט יעצט נאך א קאנטראל געפעכט ביים דרום כינעזער ים, די האנדל קריג מיט אמעריקע, און די פראוון פון טייוואן זיך אפצעהאקן פון בעידזשינג.
שי האט געזאגט אז די מיליטער מוז זיך צופאסן צו א נייע עפאכע, און זיך גרייטן צו זיינע פלענער אין פאל עס ברעכט אויס א גרויסע קריג.
דער פרעזידענט שי וואס איז אויך דער הויפט פון די צענטראלע כינעזע מיליטער, האט געזאגט פאר זיינע גענעראלן אז “די וועלט שטייט בעפאר אן עפאכע מיט דראסטישע ענדערונגען וואס זענען נישט געווען אין די לעצטע הונדערט יאר, און כינע דארף זען אויסצוניצן די אסטראטעגישן געלעגנהייט כדי זיך צו בעסער אנטוויקלען”.
ער האט פארלאנגט פון זיין מיליטער אז זיי זאלן זיין גרייט צו קענען רעאגירן בליץ שנעל אין פאל פון נויט, און ארויפגיין מיט א שטאפל אין די טרענירונגען, מיט געוואגטערע מאנעווערעס. באזונדער האט ער באפוילן צו עפענען פרישע גרופעס פון ספעציעלע גאר שטארקע שלאכט-קרעפטן.
פארלאפענעם מיטוואך האט שי געזאגט איבער די קאנפלקט מיט טייוואן אז בעידזשינג האלט פאר זיך די רעכטן זיך צו פאראייניגן מיט טייוואן און זיי צוריק האלטן פון אויסרופן זעלבסשטענדיגקייט. “קיינער קען נישט טוישן די פאקט אז טייוואן איז א טייל פון כינע”.
דאס איז געקומען אין רעזולטאט פון דעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געציילטע טעג פריער אונטרעגעשריבן א געזעץ אז די פאראייניגטע שטאטן איז פארפליכטעט צו העלפן פארזיכערן טייוואן.
די פרעזידענטקע פון טייוואן, טשאי אינג וואן, האט גערופן צו די אינטערנאציאנאלע געמיינדע מען זאל באשיצן איר דעמאקראטיע פון די כינעזער. “מיר האפן אז די וועלט נעמט ערנסט אונזער מצב און וועט אונז העלפן” האט זי געזאגט פאר זשורנאליסטן ביי א פרעסע קאנפערענץ. “אז די אינטערנאציאנאלע געמיינדע וועט נישט שטיצן אונזער דעמאקרטישע לאנד וואס איז אין געפאר, בלייבט נאר צו פרעגן, ווער איז די קומענדיגע לאנד אויפן ליסטע?”.
היינט צוטאגס זענען פארהאנען בלויז צוואנציג לענדער וואס אנערקענען אין טייוואן. אין די לעצטיגע יארן האט כינע געלייגט געפערליכע דרוק אויף אסאך לענדער, אז זיי זאלן אפהאקן מיט טיוואן סיי וועלכע באציאונגען.