טאראנטא – פארשעמטע איינוואוינער וועלכע וואוינען אויף א גאס וואס טראגט דעם נאמען “סוואסטיקע טרעיל”, האבן רעקרוטירט א אידישע אקטיוויסטן גרופע, זיי צו העלפן בעטן די לאקאלע אויטאריטעטן צו טוישן דעם נאמען פון דער גאס.
דאס שפילט זיך אפ אינעם שטעטל פּוסלינטש, א טאון אין אנטעריא, קאנאדע, וואו די גאס טראגט שוין דעם “האקנקרייץ” נאמען לאנגע יארן, נאך בעפאר דער האקנקרייץ איז בכלל אדאפטירט געווארן דורך די נאציס ימ”ש אלס זייער סימבאל ווען היטלער’ס פארטיי איז אויפגעקומען אין דייטשלאנד.
פילע פוסלינטשער איינוואוינער האבן געזאגט פאר לאקאלע קאנאדישע מידיא, אז זיי זענען פארשעמט צו וואוינען אויף א גאס וואס טראגט אזא נאמען, נאך דערצו אז זיי דארפן ארויסשרייבן זייער אדרעס אויף זייער דרייווערס לייסענס און אנדערע אפיציעלע רעגירונג דאקומענטן.
די “בני ברית קאנאדע” ארגאניזאציע וועט אצינד העלפן לייגן דרוק אויף די לאקאלע פוסלינטש טאון קאונסיל צו טוישן דעם נאמען פון דער גאס.
קרעדיט: דער איד