אהייא – דער ניו יארק טיימס איז נעכטן גאר שטארק אראפגעריסן געווארן, נאכדעם וואס זיי האבן פארעפנטליכט א לענגערן ארטיקל, אין וועלכן א ראסיסטישער נעא-נאצי ווערט אראפגעמאלן אין א נארמאלן ציווילן ליכט.
דער ארטיקל האט באשריבן טאוני האוואטער פון דעיטאנע, אהייא, א נעא-נאצישער אקטיוויסט, און דער שרייבער ריטשארד פאוסעט לייגט אראפ וואספארא נארמאלן און ציווילן לעבן האוואטער פירט, און וויאזוי “זיין אויפפירונג וואלט געברענגט יעדעס איינציגע אמעריקאנער מוטער צו שטאלצירן מיט אזא זוהן”.
פאוסעט און דער ניו יארק טיימס זענען פארדאמט געווארן דורך פארשידענע אמעריקאנער אידישע אקטיוויסטן, אריינגערעכנט עמיצער וועלכער האט סארקאסטיש געשריבן אז “דו ווייסט וועלכער נאצי ס’איז געווען א וואוילער מענטש? דער וואס האט אריינגעשטופט מיין פעטער אינעם גאז קאמער”.
פאוסעט האט שפעטער געשריבן אן אנטשולדיגונג, זאגנדיג ווי ער האט פארפעלט ארויסצוברענגען דעם געדאנק פון זיין ארטיקל, ווייל ער האט בעיקר געוואלט ארויסברענגען די וואונדער וויאזוי ס’קען טאקע זיין אז אזא ארנטליכער אמעריקאנער מאן איז אנגעפילט מיט נאצישע שנאה קעגן אידן און שווארצע. קרעדיט: דער איד
די גאר קלוגע דעמאקראטישע אידעלעך וואס פארשטייען אז די דעמאקראטישע אגענדע איז א טובה פאר אונז אידן, און די אזוי גערופענע סכנה’דיגע אגענדע פון די רעפובליקאנער איז פאר אונז ווייניגער גוט ווי די דעמאקראטישע פארטיי, זאלן נעמען דעם אינצידענט און נאך אזעלכע ענליכע אלץ ביישפיל, און איינזען אז אידן קענען נישט זיך פערזענליך אידענטיפיצירן מיט גוי’אישע פארטייען, ווייל מארגן וועט ער זיך אויפוועקן און זען אז אלע זיינע פאלשע בוזעם פריינד זענען פאלנע עשו שונא ליעקב’ס.
קוק נאר ווער עס רעדט דארט, א לינקע גענויגטע צייטונג!!!